אַהרן איז געבױרן אין קיִעװ. דער פֿאָטער איז געװען אַן אַגראָנאָם, די מוטער — אַ בוכהאַלטערין. געענדיקט די מיטלשול אין ביראָבידזשאַן, און אין 1957 — דעם ראַדיאָ־פֿאַקולטעט פֿונעם טאָמקסער פּאָליטעכנישן אינסטיטוט. געאַרבעט װי אַ קאָנסטרוקטאָר, שפּעטער געװאָרן עלטערער װיסנשאַפֿטלעכער מיטאַרבעטער אין אַ װיסנאַשפֿטלעכן אינסטיטוט. אָנהײבנדיק פֿון 1976, געדרוקט אין מאָסקװער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“, צוזאַמען מיט זײַן פֿרױ ברכה בורשטײן, דערצײלונגען און עסײען.
— ברכה איז געבױרן אין טשערנאָװיץ, אין אַ משפּחה פֿון אַ בױ־אינזשעניר. פֿאַרענדיקט אַ מיטלשול אין טאָמסק, דערנאָך דעם פּאָליטעכנישן אינסטיטוט אין סװערדלאָװסק (1958). געאַרבעט װי אַ קאָנסטרוקטאָר. אַהרן און ברכה האָבן געלעבט און געאַרבעט אין דער שטאָט פּערם. אין אָנהײב 1990ער אַרויסגעפֿאָרן קײן ישׂראל.
װערק: „דאָס ערשטע פֿעלד“ (דערצײלונגען און פֿאַרצײכענונגען) מאָסקװע, 1980; „פּערמער סאָציאָלאָגן“ — אין דעם זאַמלבוך „פֿאַרצײכענונגען פֿון ייִדישע שרײַבער“, מאָסקווע, 1983; „דערצײלונגען“ — אין בוך „אינײנעם“ (פּראָזע־זאַמלונג), מאָסקווע, 1988.
