פּראָזאַיִקער. געבױרן אין שטעטל װיזשניץ, בוקאָװינע, אוקראַיִנע. אין די 1930ער יאָרן זיך געלערנט אױפֿן פֿאַקולטעט פֿון גערמאַניסטיק אין װינער אוניװערסיטעט. אין דער ליטעראַטור האָט ער דעביוטירט אין 1934 מיט דער נאָװעלע „אױפֿן ספּלאַװ“, װוּ עס זײַנען געשילדערט געװאָרן ייִדישע װאַלד־אַרבעטער בײַם ברעג פֿונעם טײַך טשערעמאָש. געװען אַ לערער אין טשערנאָװיץ און האָט געשריבן דערצײלונגען, אין װעלכע ער האָט באַזונגען די קאַרפּאַטן, זײערע העלדישע און מוטיקע מענטשן, די װוּנדערלעכע נאַטור. די לירישע פּראָזע פֿונעם שרײַבער איז באַהױכט מיט ראָמאַנטיק, אָריגינעל לױט דער שפּראַך און סטיל, ברענגט אַרױס געשטאַלטן, װאָס פֿאַרגעדענקען זיך. בעת דער צװײטער וועלט־מלחמה האָט ער זיך עװאַקויִרט אין טיף רוסלאַנד, דערנאָך זיך אומגעקערט קײן טשערנאָװיץ, װידער געאַרבעט װי אַ לערער און געדרוקט דערצײלונגען און עסײען אין זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“, צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן“, אין אױסלענדישע צײַטונגען און זשורנאַלן. זײַנע װערק זײַנען איבערגעזעצט אױף רוסיש, דײַטש, אוקראַיִניש, ענגליש, אונגאַריש, איטאַליעניש, עבֿרית. אים איז צוגעאײגנט געװאָרן דער טיטל פֿאַרדינסטפֿולער קולטור־טוער פֿון אוקראַיִנע, ער איז אַ לאַורעאַט פֿון דער סעגאַל־פּרעמיע (1992, ישׂראל) און שנײַדמאַן־פּרעמיע (1997, שװעדן). אױף זײַן נאָמען איז אָנגערופֿן געװאָרן אַ גאַס אין זײַן געבורט־שטעטל װיזשניץ.
װערק: „אױפֿן טשערעמאָש“, בוקאַרעשט, 1939; „סם“, טשערנאָװיץ, 1940; „דאָס לעבן גײט װײַטער“, מאָסקװע, 1980; „דער איבעררוף פֿון צײַטן“, מאָסקווע, 1983; „אַ פֿאַרשפּעטיקטער עכאָ“, מאָסקװע, 1990; „אונטער אײן דאַך“, יוסף בורג יובֿל־בוך, טשערנאָװיץ, 1992; „צוויי וועלטן“, אָדעס, 1997.
