דיכטער. געבױרן אין טשערניכאָװ,
אוקראַיִנע, אין אַן אָרעמער משפּחה. זײַן
פֿאָטער איז געװען אַ סטעלמאַך. נאָכן פֿאַרענדיקן די 7־יאָריקע שול (ער איז אַלט
געװען 16 יאָר) פֿאַרלאָזט ער דאָס שטעטל
און קומט אָן אַרבעטן אין אַ שוך־פֿאַבריק
אין זשיטאָמיר. שפּעטער לערנט ער זיך אין
אָדעסער ייִדישן פּעדאַגאָגישן טעכניקום און װערט אין 1929
אַ לערער אין אײנער
פֿון די ייִדישע שולן
אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסק. אין 1930
װערט ער גערופֿן אין
אַרמײ און דינט דאָרט
ביזן יאָר 1934. פֿון 1936 אַרבעט ער װי אַ
ליטעראַטור־איבערזעצער אין דער קיִעװער
צײַטונג „דער שטערן“. בעת דער צװײטער
וועלט־מלחמה לעבט ער אין באַשקיריע,
דערנאָך קערט ער זיך אום קײן קיִעװ.
דעביוטירט אין 1927 אינעם כאַרקאָװער
זשורנאַל „די רױטע װעלט“ מיט אַ ציקל
לידער „אין װאַלד פֿאַר אַ יעגער“. װען
אין צװײ יאָר אַרום פֿאַרעפֿנטלעכט ער די
לירישע פּאָעמע „אַטאַמאַן באָזשענקאָ“,
שרײַבט דער רעדאַקטאָר פֿון „דער
רױטער װעלט“ שכנא עפּשטײן, אַז „אין
אונדזער ייִדישער סאָװעטישער פּאָעזיע איז
געקומען אַן אײגנאַרטיקער דיכטער“. זײַנע
לירישע לידער זײַנען פֿאַרבונדן מיט דער
הײַנטצײַטיקײט, מיט די הױפּט־דערשײַנונגען
אין ייִדישן לעבן פֿון אוקראַיִנע, מיט די
אױפֿבױ־פּראָצעסן אין שטעטל און מיט
די נישט לײַכטע פּראָבלעמען פֿון דער
האַרבער װירקלעכקײט. אין 1951 װערט
ער אַרעסטירט. מע באַשולדיקט אים אין
ייִדישן נאַציאָנאַליזם און ציוניזם און מע
פֿאַרמישפּט אים צו 10 יאָר תּפֿיסה און
אַרבעטס־לאַגערן. אין 1956 קערט ער זיך
אום אַהײם און זעצט פֿאָר זײַן שאַפֿערישע
אַרבעט. אין 1946 פֿאַרעפֿנטלעכט דער
אוקראַיִנישער דיכטער מאַקסים רילסקי
בוכבינדערס גרױסן ציקל לידער אין דער
איבערזעצונג אױף אוקראַיִניש (צװישן
זײ — די פּאָעמע „בײַ דעם טאָפּאָל“). אין די
1960–1980ער יאָרן דרוקט ער
אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“
און אין אױסלענדישע ייִדישע אױסגאַבעס
לידער און פּאָעמעס, הױפּזאַכלעך ליריש־פֿילאָסאָפֿישע און נאַציאָנאַלע מאָטיװן.
געשטאָרבן איז ער אין קיִעװ.
װערק: „קאָמאַנדיר סיזאָװ“, קיִעװ,
1936; „לירישע מאָטיװן“, קיִעוו, 1940;
לידער־ציקל אין דער אַנטאָלאָגיע „האָריזאָנטן“, מאָסקװע, 1965; „מיט ליכטיקע
אױגן“, מאָסקװע, 1975; „נאָענטע װײַטן“,
מאָסקווע, 1983.
Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור
How to Build Your Search:
A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.
OR
B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:
- Use a plus to REQUIRE the word:
+music +theory << must contain the words music and the word theory - Use quotes for a phrase:
song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
or "levin" < exact match, not levine - Use + and quotes to require the phrase:
+"music theory" << must include phrase - Use a minus to EXCLUDE:
+music -theory << must include music, but not theory
See up-to-date entry for: Bukhbinder, Yosl
בוכבינדער, יוסף (יאָסל)
1908–1993
click here to zoom
Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including:
Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl