דיכטערין, טאָכטער פֿון יהודה־לײב בױמװאָל, אַ ייִדישער דראַמאַטורג און רעזשיסאָר. געבױרן אין אָדעס. אין 1936 פֿאַרענדיקט דעם ליטעראַרישן פֿאַקולטעט פֿון דער ייִדישער אָפּטײלונג בײַם 2טן מאָסקװער מלוכה־אוניװערסיטעט. לידער האָט זי אָנגעהױבן שאַפֿן פֿון קינדװײַז אָן, אַפֿילו נאָך דעמאָלט, װען זי האָט נישט געקענט לײענען. אין אַ סך יאָרן שפּעטער האָט זי װעגן דעם אַלײן דערצײלט: „אָנגעהױבן האָט עס זיך פֿון דעם, װאָס מיר איז געפֿעלן געװאָרן גראַמען אײן װאָרט מיטן צװײטן. דערנאָך איז מיר געפֿעלן געװאָרן רײדן מיט געמאָסטענע רײד. נאָכדעם איז מיר געפֿעלן די מלאָכה פֿון אױסטראַכטן, נאָר ס׳קאָן זײַן, אַז אַלץ איז געװען פּונקט פֿאַרקערט: פֿריִער איז מיר געפֿעלן אױסטראַכטן, דערנאָך — איבערגעבן עס מיט געמאָסטענע רײד, און ערשט נאָכדעם האָב איך זיך גענומען פֿאַר גראַמען, גיכער פֿאַר אַלץ איז עס פֿאָרגעקומען אײנצײַטיק“. דער שעפֿערישער װעג פֿון דער דיכטערין איז אָבער נישט געװען קײן לײַכטער — ער איז שטענדיק געװען פֿאַרבונדן מיט לײד, מיט האָרעװאַניע. װען אין מאָסקװער „צענטרפֿאַרלאַג“ איז אין 1930 דערשינען די ערשטע לידער־זאַמלונג פֿון דער 15־יאָריקער דיכטערין, האָט דער זשורנאַליסט און שרײַבער משה קאַץ געשריבן אינעם אַרײַנפֿירװאָרט: „רחל בױמװאָל איז ניט קײן װוּנדערקינד, װאָס דאַרף איבערראַשן און װײַזן, אַז אָט קען אַ קינד שרײַבן פּונקט װי אַ דערװאַקסענער, רײַפֿער קינסטלער. זי טוט בעסער: זי װײַזט מיט איר שאַפֿן, װאָס אַ דערװאַקסענער קינסטלער װאָלט ניט געקאָנט טאָן אַזױ עכט און נאַטירלעך — זי װײַזט אונדז די איבערלעבונגען פֿון אַ קינד אין פּראָצעס פֿון זײער אױסבילדונג“. דערנאָך זײַנען דערשינען פֿיל אַנדערע אירע ביכער — לידער־זאַמלונגען, קינדער־מעשׂהלעך און מעשׂיות פֿאַר דערװאַקסענע, לינגװיסטישע עסײען. אין סך־הכּל האָט זי ביז 1971, ביזן עולה זײַן פֿון מאָסקװע קײן ישׂראל אַרױסגעגעבן 18 לידער־זאַמלונגען און ביכלעך אין ייִדיש פֿאַר קלײן און גרױס. אַ סאָלידער שעפֿערישער סך־הכּל פֿון איר פּאָעטישן טאַלאַנט אין ישׂראל זײַנען געװען 8 לידער־ביכלעך אין ייִדיש, אײנס אין רוסיש און צװײ אין דער איבערזעצונג אױף עבֿרית. דערין דאַרף מען דערמאָנען אױך איר זעלטענע אַרבעט װעגן ייִדישע אידיאָמאַטישע אױסדרוקן, װאָס זי האָט סיסטעמאַטיש געפֿירט און פּובליקירט אין פֿאַרשײדענע אױסגאַבעס. געשטאָרבן איז זי אין ירושלים.
װערק: „קינדער־לידער“, מאָסקווע, 1930; „טאַרע“(דערצײלונג אין פֿערזן, מאָסקווע), 1934; „פּיאָנערן“, מאָסקווע, 1934; „בערטשיק ברוד“, מאָסקווע, 1936; „דאָס טאַנעלע“, מאָסקווע, 1938; „לידער“, מאָסקווע, 1936; „װײַנשל־בײמער בליִען“, מאָסקווע, 1939; „לידער“, מאָסקווע, 1940; „ליבשאַפֿט“, מאָסקווע, 1947; „אױסגעבענקט“, תּל־אָבֿיבֿ, 1972; „אַמאָל איז געװען אַ העלפֿאַנד“, תּל־אָבֿיבֿ, 1972; „חמישים אַגדה ואַגדה“, תּל־אָבֿיבֿ, 1973; Стихи разных лет ירושלים, 1976; „פֿון ליד צו ליד“, ירושלים, 1977; „דרײַ העפֿטן“, ירושלים, 1979; „אַלײן דאָס לעבן“, ירושלים, 1983; „מײַן ייִדיש“, תּל־ אָבֿיבֿ, 1988; „שירי זמנים שונים“, ירושלים, 1989; „װוּנדערװעלט“, ירושלים, 1990; „אַנטקעגן דעם װאָס איר זאָגט“, ירושלים, 1990; „צוגעבונדקײט“, ירושלים, 1995; „טרײסט און טרױער“, ירושלים, 1998.
