פּראָזאַיִקער. דער אמתער נאָמען — באָראָדין, בצלאל. געבױרן אין שטעטל ראָזשישטשע, אוקראַיִנע. פֿון די יונגע יאָרן זיך אָנגעשלאָסן אין דער רעװאָלוציע־באַװעגונג, געװען געצװוּנגען אַרומצוּװאָגלען איבער פֿאַרשײדענע לענדער. אַ לענגערע צײַט געלעבט אין בראַזיל, װוּ אין 1928 אָנגעהױבן דרוקן דערצײלונגען און עסײען. אין 1930 געקומען צו פֿאָרן קײן ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך באַטײליקט װי אַ פֿאָרשטײער פֿון דער פּראָגרעסיװער ליטעראַטור פֿון דרום־אַמעריקע אין דער אַרבעט פֿון דער צװײטער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון רעװאָלוציאָנערע שרײַבער, װעלכע איז פֿאָרגעקומען אין כאַרקאָװ. פֿון דעמאָלט אָן װערט ער אַ סאָװעטישער בירגער. אין 1935 באַזעצט ער זיך אין ביראָבידזשאַן, אַרבעט אין דער אָרטיקער ייִדישער פּרעסע און ראַדיאָ. אין די יאָרן 1937–1939 געװען רעפּרעסירט, נאָך דער באַפֿרײַונג זיך אומגעקערט קײן ביראָבידזשאַן. אין די 1960ער יאָרן געדרוקט דערצײלונגען און עסײען אין זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“, אין װאַרשעװער „פֿאָלקס־שטימע“. געשטאָרבן אין ביראָבידזשאַן.
װערק: „עס פֿלאַטערט די רױטע פֿאָן“, דערצײלונג, כאַרקאָװ, 1932; „אין אָקופּירטן װאָלין“, פֿאַרצײכענונגען, כאַרקאָװ־קיִעװ, 1934; „ריאָ־דע־זשאַנײראָ“, ראָמאַן, קיִעװ־כאַרקאָװ, 1936.
