דיכטער. געבױרן אין שטעטל האָראָדעץ, װײַסרוסלאַנד, אין אַ משפּחה פֿון אַ לערער. אין 1940 פֿאַרענדיקט דעם לערער־אינסטיטוט אין ראָהאַטשאָװ און געאַרבעט װי אַ לערער אין שטעטל סטרעשין, װײַסרוסלאַנד. דעביוטירט מיט לידער אין 1936. דאָס ערשטע לידער־בוך „אױפֿן גרינעם ברעג“ אַרױסגעגעבן אין 1941. אָנטײלנעמער פֿון דער צװײטער וועלט־מלחמה, און דאָס האָט באַשטימט די הױפּט־טעמע אין זײַן לירישער דיכטונג. בעת דער מלחמה געװען שעף פֿון דער פּערזענלעכער ראַדיאָ־סטאַנציע בײַם סאָוועטישן מיליטער־פֿירער, גענעראַל נ. װאַטוטין. אַ גרױס אָרט האָבן אין זײַן שאַפֿונג פֿאַרנומען פֿילאָסאָפֿישע באַטראַכטונגען פֿון דער הײַנטצײַטיקער װירקלעכקײט. דאָס איז שױן אָפּגעשפּיגלט אין זײַן לידער־זאַמלונג „אין אַ גוטער שעה“, 1947. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך באַזעצט אין מאָסקװע, געאַרבעט אין רעדאַקציעס פֿונעם אַלמאַנאַך „הײמלאַנד“, אין די 1960ער יאָרן — אינעם מאָסקװער פֿאַרלאַג „סאָװעטסקי פּיסאַטעל“. צוזאַמען מיט שמואל האַלקין (זײַן שװער), אַהרן װערגעליס און נאָך אַ צאָל שרײַבער זיך אַקטיװ משתּדל געװען פֿאַר װידער־אױפֿלעבן דאָס ייִדישע געדרוקטע װאָרט אין דער נאָך־סטאַלינישער תּקופֿה. אין זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“ האָבן סיסטעמאַטיש זיך געדרוקט זײַנע לידער־ציקלען, ס׳רובֿ לירישע מיניאַטורן. ער האָט אױך געשריבן עסײען, דאָקומענטאַלע דערצײלונגען װעגן ספּאָרט אונטערן פּסעוודאָנים איסאַק באָריסאָוו. פֿון 1963 ביזן סוף פֿון זײַן לעבן איז ער געװען אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד“.
װערק: „לידער־זאַמלונג“ (צוזאַמען מיט ח. גורעװיטש, ס. לעלטשוק און פּ. פּלאָטקין), מינסק, 1940; „אױפֿן גרינעם באַרג“ (לידער), 1941; „אין אַ גוטער שעה“, מאָסקװע, 1947; „בײַם שײַטער פֿון יאָרן“, לידער, מאָסקווע, 1974.
