דיכטער, פּראָזאַיִקער. געבױרן אין דער שטאָט ראָמאַנאָװ, (דערנאָך — דזערזשינסק, אוקראַיִנע). אין 1936 פֿאַרענדיקט די ייִדישע אָפּטײלונג פֿונעם אָדעסער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און געאַרבעט װי אַ לערער. אין 1938 מאָביליזירט אין אַרמײ, זיך באַטײליקט אין די שלאַכטן בײַ כאַלקין־גאָל, מאָנגאָליע. בעת דער צװײטער וועלט־מלחמה האָט ער פֿאַרענדיקט אַ פֿליִער־שול און די לופֿט־אַקאַדעמיע אױף װאָראָשילאָװס נאָמען, אָנטײלגענומען װי אַ מיליטערישער פֿליִער אין אַ סך שלאַכטן, דערנאָך, נאָכן פֿאַרלאָזן די אַרמײ, זיך באַזעצט אין דער שטאָט ראָסטאָװ־אױפֿן־דאָן. דעביוטירט אין דער ייִדישער ליטעראַטור האָט ער נאָך סוף 1930ער יאָרן, געדרוקט אין די ייִדישע צײַטונגען דערצײלונגען, לידער, עסײען. זינט עס האָט אָנגעהױבן צו דערשײַנען דער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“, געװען זײַן אַקטיװער אױטאָר.
װערק: „דער מאַמעס האַרץ“ (דערצײלונגען און עסײען), בײַלאַגע צום זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“, 1987, נומ׳ 3.
