דיכטער. פֿאַרענדיקט אַ ייִדישע מיטלשול אין קיִעװ, האָט ער געאַרבעט װי אַ טאָקער אױפֿן קיִעװער ראַדיאָ־זאַװאָד. אין דער ערשטער העלפֿט פֿון די 1930ער יאָרן אָנגעהױבן דרוקן לידער אין די ייִדישע צײַטונגען. די הױפּט־מאָטיװן פֿון זײַן ליריק זײַנען געװען מחשבֿות װעגן לעבן, װעגן די הײמישע קאַנטן, דאָרפֿישע פּײזאַזשן. אין אײנעם פֿון די פֿריִיִקע לידער, װאָס ער האָט אָנגערופֿן „יאָרן“, האָט ער געשריבן: „און אָט אַזױ זיך גײען יאָרן, און יעדער יאָר ברענגט זײַנע נײַעס: װער עס שטאַרבט, װער עס װערט געבױרן, און װעמענס האָר עס װערן װײַס... אַלץ הילכיקער עס קלינגען לידער, און העכער שפּרײט זיך איצט די צײַט. די װעלט איז פֿול מיט אומרו װידער, עס גיסט זיך בלוט פֿון יעדער זײַט. און באָמבעס פֿאַלן און צעצינדן די רויִקײט פֿון אָט די טעג, און דאָ, װוּ ס׳איז שטיל אַצינדער, אַ שטורעם שטײַגט שױן אָן אין װעג“. אָט דאָס אומרויִקע געפֿיל פֿון אַ נאָענטן שטורעם האָט נישט אָפּגענאַרט דעם יונגן דיכטער, און ער האָט אים באַגלײט ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן. דאָס פֿילט זיך אין זײַן ערשטער און אײנציקער לידער־זאַמלונג, װאָס ער האָט באַװיזן אַרױסצולאָזן צװײ יאָר ערבֿ דעם דאָזיקן שטורעם. װען סוף יוני 1941 פֿאַלן אױף קיִעװ די ערשטע דײַטשישע באָמבעס, גײט דער יונגער טאָקער און דיכטער אַװעק אױפֿן פֿראָנט. אַז ער האָט זיך אױסגעצײכנט מיט העלדן־מוט אין די ערשטע שלאַכטן, זאָגט עדות דער מעדאַל „פֿאַר שלאַכט־פֿאַרדינסטן“, מיט װעלכן ער איז באַלױנט געװאָרן. אָנהײב 1942 פֿאַלט ער אין שלאַכט.
װערק: „דאָרף“ (לידער), קיִעװ, 1939; „אַ שטורעם שטײַגט שױן אָן“ (לידער־ציקל אין דער זאַמלונג „לירע“), מאָסקװע, 1985.
