דיכטערין, פּראָזאַיִקערין. געבױרן אין שטעטל ראַדאָמישל, אוקראַיִנע, אין אַן אָרעמער משפּחה. דערצױגן געװאָרן אין אַ קינדערהײם און יונגערהײט אָנגעהױבן אַרבעטן אין אַ שוך־פֿאַבריק. פֿאַרענדיקט אַ פֿאַבריק־שול. דעביוטירט אין דער ליטעראַטור אין 1928, געדרוקט לידער אין די ייִדישע אױסגאַבעס פֿון קיִעװ, כאַרקאָװ, מינסק, מאָסקװע; זיך באַטײליקט אין פֿאַרשײדענע זאַמלונגען. איר ליבע־ און פּײזאַזש־ליריק איז באַפֿאַרבט מיט דער אוקראַיִנישער נאַטור. פֿאַרן אױסבראָך פֿון דער צװײטער וועלט־מלחמה באַװיזן אַרױסצוגעבן צװײ לידער־זאַמלונגען. אין די מלחמה־יאָרן געלעבט אין באַשקיריע. זיך אומגעקערט קײן קיִעװ, האָט זי אַ סך געשריבן, נאָר װײניק זיך געדרוקט, װײַל די מעגלעכקײטן צו פֿאַרעפֿנטלעכן אירע װערק אין ייִדיש זײַנען געװען גאָר באַגרענעצט. װען אין 1949 האָבן זיך אָנגעהױבן די רדיפֿות אױף דער ייִדישער אינטעליגענץ, האָט מען זי אױך אַרעסטירט. נאָך דער רעהאַביליטאַציע אין 1956 האָט זי זיך אומגעקערט אַהײם און באַקומען אַ מעגלעכקײט זיך צו דרוקן ערשט אין 1961, װען אין מאָסקװע האָט גענומען דערשײַנען דער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“. זי האָט געדרוקט לידער, אַרױסגעגעבן אין מאָסקװע אַ לידער־זאַמלונג. אירע װערק זײַנען אױך איבערגעזעצט געװאָרן אױף אוקראַיִניש און רוסיש. אין „סאָוועטיש היימלאַנד“ זײַנען דערשינען אירע לידער־ציקלען און פּאָעמעס. פֿון אַ ברײט פֿאַרטראַכטן פּראָזע־װערק װעגן איר קינדהײט אונטערן נאָמען „נאָך דער גאָלדענער פּאַװע“ האָט זי באַװיזן צו פֿאַרעפֿנטלעכן בלױז אַ קלײנעם פֿראַגמענט.
װערק: „אין איבעררוף“ (לידער), כאַרקאָװ־קיִעװ, 1934; „ליכטיקע סטעזשקעס“ (לידער), קיִעװ, 1940; לידער־ציקל אין דער אַנטאָלאָגיע „האָריזאָנטן“, מאָסקװע, 1965, זז׳ 24–35; „גאָלדענער בלעטער־פֿאַל“ (לידער און פּאָעמעס), מאָסקווע, 1978.
