קאָמפּאָזיטאָר, קינדער־דיכטערין. געבױרן אין רזשישטשעװ, אוקראַיִנע, אין אַ משפּחה, װוּ מע האָט ליב געהאַט ייִדישע מוזיק און געזאַנג. אין עלטער פֿון 10 יאָר איז זי אַרײַנגעטראָטן אין אַ קיִעװער גימנאַזיע פֿאַר אַלגעמײנער בילדונג און אײנצײַטיק אין אַ מוזיק־שול. פֿאַרענדיקט בײדע לערן־אַנשטאַלטן אין 1914, קומט זי אָן אין אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, און פֿון 1918 הײבט זיך אָן איר פּעדאַגאָגישע טעטיקײט. זי העלפֿט מיט צו אָרגאַניזירן קינדער־גערטנער פֿאַר ייִדישע הײמלאָזע קינדער, פֿירט אַלײן אָן מיט קינדער־אַנשטאַלטן. אין קיִעװ, כאַרקאָװ און אין קרעמענטשוק אַרבעט זי װי אַ לערערין פֿון ריטמיק, מוזיק, קינדער־שפּילן, לײענט לעקציעס װעגן קינדער־ליטעראַטור אױף די העכערע פּעדאַגאָגישע קורסן. דערבײַ באַנוצט זי אױך אירע אײגן־געשאַפֿענע לידער און קאָמפּאָזיציעס. אין 1922 באַזעצט זי זיך אין מאָסקװע, װוּ זי איז ממשיך איר פּעדאַגאָגישע טעטיקײט און שאַפֿערישע אַרבעט אין געביט פֿון מוזיק און קינדער־ לידער. זי שרײַבט מוזיק צו טעקסטן פֿון שאַפֿונגען פֿאַר קינדער און װערט פּאָפּולער אין די מוזיק־קרײַזן פֿון מאָסקװע. דער קאָמפּאָזיטאָר מיכאַיִל גנעסין אַראַנזשירט אירע צװײ לידער — „מאַשינען־געזאַנג“ און „אָט איז שױן געקומען פֿרילינג“. אין 1925 דערשײַנט איר ערשטע זאַמלונג פֿאַר פֿאָר שול־קינדער „קלינגען העמערלעך“ מיט 40 זינג־לידער. שפּעטער דערשײַנען נאָך אירע לידער־זאַמלונגען מיט טעקסטן און מוזיק, און זײ װערן באַנוצט אין דער גרױסער נעץ פֿון ייִדישע פֿאָרשול־אַנשטאַלטן. בעת דער צװײטער וועלט־מלחמה זעצט זי פֿאָר שאַפֿן מוזיק, באַזונדערס צײכנט זיך אױס איר מוזיק צו שיקע דריזס „באַבי יאַר“. זי שרײַבט מוזיק אױף די טעקסטן פֿון סאָוועטישע ייִדישע דיכטער — דוד האָפֿשטײן, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער, שמואל האַלקין, עזרא פֿינינבערג, אַהרן װערגעליס, אַהרן קושניראָװ און אַנד. אירע קאָמפּאָזיציעס שליסן אײַן אין זײער רעפּערטואַר די בעסטע זינגער און אַקטיאָרן — קלאַרע יונג, נחמה ליפֿשיץ, שׂרה פֿיביך, שאָול ליובימאָװ, זינאָװי שולמאַן; זײ װערן אױך פֿאַרשריבן אױף פּלאַטן.
װערק: „קלינגען העמערלעך“, לידער, מאָסקװע, 1925; „אַרבעט, שפּיל, געזאַנג“, מאָסקווע, 1932; „קלײנע בױער“, מאָסקווע, 1938; „לאָמיר זינגען לידער“, מאָסקווע, 1940; „ייִדישע לידער“ (פֿאַר סאָלאָ און כאָר אין דער אַקאָמפּאָנירונג פֿון פּיאַנע), מאָסקווע, 1966.
