פּובליציסט, רעדאַקטאָר, געזעלשאַפֿטלעכער טוער. געבױרן אין פּאָנעװעזש, ליטע, אין אַן אַרבעטער־פֿאַמיליע, אַלײן געװען אַן אַרבעטער, שפּעטער — אַ לערער. פֿון 1900 טעטיק אין דער ייִדישער אַרבעטער־באַװעגונג („בונד“ און אַנד.), דרוקט אַרטיקלען אין די צײַטונגען „פֿרײַהײט“, „װעקער“ און אַנד. אין 1919 אַרײַנגעטראָטן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, געװען אַ זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר פֿון קאָמוניסטישע צײַטונגען און זשורנאַלן („שטערן“, אָקטיאַבר“ — מינסק, „אַפֿן שפּראַך־פֿראָנט“ — קיִעװ, „רױטע װעלט“ — כאַרקאָװ, „עמעס“ — מאָסקװע). ער האָט געדרוקט אַרטיקלען װעגן דער שאַפֿונג פֿון אַ. קושניראָװ, י. ראַבין, מ. דאַניעל, אי. כאַריק, מ. ליטװאַקאָװ, ז. אַקסעלראָד, י. בראָנשטײן. װען מ׳האָט אים באַשטימט פֿאַרן רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „אַפֿן װיסנשאַפֿטלעכן פֿראָנט“, האָט ער פֿאָרגעלײגט אַ פֿאַרצװײַגטע פּראָגראַם פֿון אַנטװיקלען די ייִדישע װיסנשאַפֿט ניט בלױז אין װײַסרוסלאַנד, נאָר אין גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד. די הױפּט־אױפֿגאַבע, װאָס ער האָט געשטעלט פֿאַר די געלערנטע אין קיִעװ און אין מינסק, איז „אין משך פֿון צװײטן פֿינפֿיאָר אָנשרײַבן די מאַרקסיסטישע געשיכטע פֿון די ייִדן“. אין 1937, װען אין לאַנד האָט זיך אָנגעהױבן אַ טעראָר־קאַמפּאַניע, האָט מען אָשעראָװישטן אַרעסטירט. אין אױגוסט 1937 פֿאַרשװינדט זײַן נאָמען פֿון דער ליטעראַטור און אַלגעמײנער פּרעסע. זײַנע װערק זײַנען צעװאָרפֿן איבער פֿאַרשײדענע אױסגאַבעס.
Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור
How to Build Your Search:
A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.
OR
B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:
- Use a plus to REQUIRE the word:
+music +theory << must contain the words music and the word theory - Use quotes for a phrase:
song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
or "levin" < exact match, not levine - Use + and quotes to require the phrase:
+"music theory" << must include phrase - Use a minus to EXCLUDE:
+music -theory << must include music, but not theory
See up-to-date entry for: Osherovitsh, Elye
אָשעראָװיטש, אלי
1879–1937
click here to zoom
Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including:
Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl