דיכטער, דראַמאַטורג. געבױרן אין פּאָנעװעזש, ליטע. אין 1928 פֿאַרענדיקט די אָרטיקע העברעיִשע גימנאַזיע און קומט אָן זיך לערנען יוריספּרודענץ אין קאָװנער אוניװערסיטעט. פֿאַרענדיקט — אין 1933, אַרבעט ביזן אױסבראָך פֿון דער צװײטער וועלט־מלחמה אין פֿאַרשײדענע צײַטונגען („די ייִדישע שטימע“ און אַנד.). אָנגעהױבן שרײַבן האָט ער זײער יונג, נאָר דעביוטירט מיט לידער ערשט אין 1934. אין יוני 1941 איז אין װילנע שױן געװען אָפּגעדרוקט זײַן לידער־זאַמלונג „באַגינען“, נאָר די אױפֿלאַגע פֿונעם בוך איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די נאַציס. פֿאַרלאָזט קאָװנע דעם 22סטן יוני 1941, װאָגלט ער איבער די שטעט פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד (סאַראַטאָװ, נאָװאָסיבירסק, מאָסקװע, אַלמאַ־אַטאַ). סוף 1944 קערט ער זיך אום קײן ליטע און באַזעצט זיך אין װילנע. װערט דער קאָרעספּאָנדענט פֿון מאָסקװער צײַטונג „אײניקײַט“. דעם 2טן יולי 1949 װערט אַרעסטירט און פֿאַרמישפּט צו 10 יאָר פֿאַר „אַנטיסאָװעטישער, נאַציאָנאַליסטיש־ציוניסטישער טעטיקײט“. נאָך 7 יאָר פֿאַרשיקונג אין די צװאַנגס־לאַגערן װערט ער אין יוני 1956 באַפֿרײַט, קערט זיך אום קײן װילנע און פֿאַרנעמט זיך מיט ליטעראַרישער שעפֿערישער אַרבעט. ביזן עולה זײַן, דעם 18טן נאָװעמבער 1971, האָט ער געדרוקט לידער און פּאָעמעס אין מאָסקװער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“, געװען אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון דער אױסגאַבע. אין ישׂראל האָט ער פֿאָרגעזעצט אַן אינטענסיװע שעפֿערישע טעטיקײט, עס זײַנען דערשינען עטלעכע זײַנע נײַע ביכער, ער איז באַלױנט געװאָרן מיט עטלעכע ליטעראַטור־פּרעמיעס.
װערק: „פֿון קלעם אַרױס“, מאָסקװע, 1947; „זונענגאַנג“, מאָסקווע, 1969; „צװישן בליץ און דונער“, תּל־אָבֿיבֿ, 1973; „מײַן פּאָנעװעזש“ (פוניבז׳ שלי), תּל־אָבֿיבֿ, 1974; „אין דער װעלט פֿון עקדות“, תּל־אָבֿיבֿ, 1975; „געזאַנג אין לאַבירינט“, תּל־אָבֿיבֿ, 1977; „תּנ״ך — פּאָעמעס“, תּל־אָבֿיבֿ, 1979; „בלױע בומעראַנגען“, תּל־אָבֿיבֿ, 1979; „בײַם עץ־הדעת“, דאָרט 1981; „װוּנדיקער בטחון“, תּל־אָבֿיבֿ, 1987; „אַ לידערהײם“, תּל־אָבֿיבֿ, 1990; „אוחז הליל סכין כחולה“, תּל־אָבֿיבֿ, תשל״ו (1976); Мо̆и добры̆и клен, מאָסקווע, 1962; Pazinimo , medus, װילנע, 1964; Sventoji kasdienybe, ווילנע, 1968.
