פּראָזאַיִקער. געבױרן אין שטעטל טעטיִעװ, אוקראַיִנע. אין 1918 זיך באַזעצט אין קיִעװ. אין די יאָרן 1920–1921 געדינט פֿרײַװיליק אין דער רויטער אַרמיי. זיך דעמאָביליזירט פֿון דער אַרמײ אין 1922, אָנגעהױבן אַרבעטן אין דער קיִעװער צײַטונג „קאָמוניסטישע פֿאָן“ און אין זעלבן יאָר אָפּגעדרוקט דאָרט זײַנע ערשטע דערצײלונגען, װעלכע האָבן צוגעצױגן דעם אױפֿמערק צו זיך מיט דער זאַפֿטיקער שפּראַך און מיט די קאָלאָריטפֿולע נאַטור־שילדערונגען. אין 1926 אַרבעט ער בײַ מעליאָראַציע אין װאָלינער דערפֿער און די דערפֿאַרונג, װאָס ער האָט דאָרט באַקומען, פֿאַרקערפּערט ער אינעם ראָמאַן „הרעבליעס“, װעלכער האָט אים געבראַכט אָנערקענונג װי אַ באַדײַטנדיקער פּראָזאַיִקער. אין זײַן צװײטן ראָמאַן — „אַגלאָמעראַט“ שילדערט ער געשטאַלטן פֿון אַ מעטאַלורגישן זאַװאָד, און אין בײדע ראָמאַנען װערן אָפּגעשפּיגלט פּראָבלעמען פֿון איבערבױען דעם סאָציאַל־עקאָנאָמישן שטײגער פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, װאָס קומט פֿון שטעטל אין דער גרױסער אינדוסטריע. שפּעטער רעדאַגירט ער דעם קיִעװער ליטעראַטור־קינסטלערישן זשורנאַל „סאָװעטישע ליטעראַטור“ און אין די מלחמה־יאָרן איז ער אײנער פֿון די אַ קטיװע טוער אין ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. געשטאָרבן איז ער אין מאָסקװע.
װערק: „גראָבערס“, קיִעװ, 1930; „הרעבליעס“, כאַרקאָװ, 1931; „אַגלאָמעראַט“, ראָמאַן, קיִעװ, 1935; „שיכּורע גענדז“, כאַרקאָװ־אָדעס, 1936; „פּאָלעסיע“, דערצײלונג, קיִעװ, 1939; „אין פֿירן זײַנען מיר געפֿאָרן“, רײַזע־פֿאַרצײכענונגען, קיִעוו, 1940; איבערזעצונגען: אַ. פּושקין — „דעם קאַפּיטאַנס טאָכטער“, קיִעװ, 1936; נ. אָסטראָװסקי — „װי ס׳האָט זיך פֿאַרהאַרטעװעט דאָס שטאָל“, קיִעוו, 1937; װיקטאָר הוגאָ — „די פֿאַרבעטער“, קיִעוו, 1949; איװאַן פֿראַנקאָ — „באָאַ קאָנסטרוקטאָר“, קיִעוו, Плотины ;1940, מאָסקווע־לענינגראַד, Последняя зима ;1930, קיִעוו, 1939.
