פּראָזאַיִקער. געבױרן אין אָװרוטש, אוקראַיִנע. אין 1916 געענדיקט אַ קאָמערץ־שול, געאַרבעט װי אַ לערער פֿון ליטעראַטור און געשיכטע אין מיטלשול, שפּעטער שטודירט אין קיִעװער אוניװערסיטעט און אים פֿאַרענדיקט אין 1930. פֿון דעמאָלט אָן האָט ער כּמעט דאָס גאַנצע לעבן ביז דער צװײטער וועלט־מלחמה אונטערריכט ליטעראַטור, געשיכטע און מאַטעמאַטיק אין ייִדישע שולן און קינדער־הײמען — אין די שטעט הײַסין, בערדיטשעװ און קיִעװ. לערנענדיק זיך אין קיִעװער מלוכה־אוניװערסיטעט, געדרוקט דערצײלונגען אין דער סטודענטישער פּרעסע. אין דער ליטעראַטור דעביוטירט אין 1926. יאָר נאָך יאָר האָבן אין די ייִדישע פֿאַרלאַגן גענומען דערשײַנען זײַנע ביכער. אין אָנהײב פֿון דער צװײטער וועלט־מלחמה איז ער פֿרײַװיליק אַװעק אױפֿן פֿראָנט און איז אומגעקומען דעם 20סטן דעצעמבער 1944 אין אַ שלאַכט. בעת דער מלחמה האָט ער אױך נישט אַװעקגעלײגט די פּען. דעם 18טן יוני 1944 האָט די מאָסקװער צײַטונג „אײניקײַט“ אָפּגעדרוקט זײַן פֿראָנט־דערצײלונג „דאָס ירושה־פּעלצל“. דאָס איז געװען דאָס לעצטע װערק, װאָס איז אַרױס בײַ זײַן לעבן.
װערק: „נינאַ און מאַיאָרטשיק“, ראָמאַן, כאַרקאָװ, 1929; „די פֿאַבריק רופֿט“, דערצײלונג, מאָסקװע־כאַרקאָװ־מינסק, 1931; „אין גלי“, דערצײלונגען, כאַרקאָװ, 1932; „אין װאָכעדיקן קאַמף“, כאַרקאָװ־קיִעװ, 1932; „אױף שטאָלענע שליאַכן“, פֿאַרצײכענונגען, כאַרקאָוו, 1932; „קאָמונע ׳ב.נ.ל.׳“, ראָמאַן, כאַרקאָוו, 1932; „איבער באַריערן“, ראָמאַן, כאַרקאָוו, 1934; „ערש־ טע“, ראָמאַן, כאַרקאָװ, 1934; „אַ װינטערטאָג אין ייִשובֿ לענינאָ“, דערצײלונג, קיִעװ, 1938; „אין פֿרײדן און לײדן“, דערצײלונגען, קיִעוו, 1939; „לאַנדסלײַט“, פֿאַרצײכענונגען, קיִעוו, 1939; „קאָמבל אוןזײַנע פֿרײַנד“, ראָמאַן, קיִעוו, 1939; „דערצײלונגען און נאָװעלן“, קיִעוו, 1941; Серебряны̆и коршун, קיִעוו, 1940.
