אַקטיאָר, דראַ אַטורג. געבױרן אין דװינסק, לעטלאַנד, אין אַ משפּחה פֿון אַ שנײַדער. ביז 12 יאָר געלערנט אין חדר און אין ישיבֿה, דערנאָך ביז 15 יאָר אין אַ מיטלשול. אונטערן אײַנפֿלוס פֿון דער באַרימטער ייִדישער אַקטריסע אסתּר־רחל קאַמינסקאַ, װעלכע איז געװען אױף גאַסטראָלן אין דװינסק, זיך פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן טעאַטער. שױן אין שול אָרגאַניזירט פֿאָרשטעלונגען, געװאָרן אַ סטאַטיסט אין ייִדישע און רוסישע טרופּעס, שפּעטער אַנטלאָפֿן מיט יעקבֿ גוזיקס טרופּע, געװען בײַ אים עטלעכע חדשים, נאָר זיך אַנטױשט און געקומען צוריק, אָנגעהױבן אַרבעטן אין דראַמאַטישע קרײַזלעך, באַזונדערס אין ריגער טעאַטער „עבֿריה“. אין 1917 געקומען קײן כאַרקאָװ, װוּ ער באַטײליקט זיך אין שאַפֿן דעם ייִדישן אַרטיסטן־פֿאַראײן. אין 1918 װערט ער אַ פֿאַרװאַלטונג־מיטגליד פֿונעם פֿאַראײן, העלפֿט צו אָרגאַניזירן דעם טעאַטער „אונדזער װינקל“ און שפּילט אין זײַנע ספּעקטאַקלען. אײנצײַטיק באַטײליקט ער זיך אױך אין דער טעאַטער־סטודיע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון מ. ראַפֿאַלסקי. אין 1921 קומט ער קײן קאָװנע, גרינדעט דאָרט צוזאַמען מיט אַ גרופּע אַרטיסטן אַ ייִדישעטע טעאַטער־סטודיע בײַם נאַציאָנאַלן ראָט, און שפּעטער — בײַ דער „קולטור־ליגע“. אין אָקטאָבער 1923 רופֿט אים מ. ראַפֿאַלסקי אַרױס קײן מאָסקװע אַרײַנצוטרעטן אין דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער־סטודיע, װאָס פּלאַנירט זיך װי אַ קערן פֿונעם קינפֿטיקן ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין מינסק. פֿון 1926 שפּילט ער אין אָט דעם טעאַטער, אײנצײַטיק רעזשיסירט ער אין די דראַמאַטישע קרײַזן בײַ די אַרבעטער־קלובן אין מינסק און אין האָמעל. ער שרײַבט אױך פּיעסן פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. אין די 1930–1940ער יאָרן אַרבעט ער אין ביראָבידזשאַנער ייִדישן מלוכה־טעאַטער, װוּ ער שפּילט אַ רײ הױפּט־ראָלעס. װען אין 1948 האָט מען דעם טעאַטער געשלאָסן, פֿאָרט ער אַריבער קײן כאַבאַראָװסק און פֿירט אָן מיט אַמאַטאָרישע רוסישע טעאַטראַלע טרופּעס. אָנהײב 1970ער איז ער עולה געװען קײן ישׂראל.
װערק: „ריסטאָקראַטן און מענטשן“, דראַמאַטישע קאָמפּאָזיציע אין צװײ אַקטן, עלף בילדער (לױט שלום־עליכם), מינסק, 1928; „לופֿט־פּרנסה“, פּיעסע אין דרײַ אַקטן, פֿינף בילדער (לױט שלום־עליכם), מינסק, 1930.
