פּובליציסט, פּראָזאַיִקער, איבערזעצער.
געבױרן אין מאָלטינאָװ, לעטלאַנד, שפּעטער
אַריבערגעפֿאָרן קײן ריגע. דעביוטירט אין
1913 מיט דערצײלונגען, פֿעליעטאָנען, גיט
אַרױס הומאָריסטישע יום־טובֿ־בלעטער. אין
1917 געגרינדעט אין דער שטאָט נאַרװע
דעם פֿאַרלאַג „חבֿר“, װעלכער האָט אונטער זײַן רעדאַקציע און טײלװײַז אין זײַן
איבערזעצונג אַרױסגעגעבן זאַמלביכער פֿון
ניט־ייִדישער ליטעראַטור (מאַרק טװען,
לעװ טאָלסטױ, אַ. קופּרין און אַנד.), װי אױך
פּאָליטישע בראָשורן. בעת דער ערשטער
װעלט־מלחמה און בירגערקריג געלעבט
אין מאָסקװע. אָנהײב 1920ער יאָרן זיך
אומגעקערט קײן ריגע, מיטגעאַרבעט אין
דער טאָג־צײַטונג „דאָס פֿאָלק“. אין 1922
פֿאַרלאָזט די צײַטונג און גיט אַרױס אַ
פּאַמפֿלעט „די געלע פּרעסע“. פֿון 1923
און װײַטער מיטגעאַרבעט אין פֿאַרשײדענע
ריגער ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן („די
נײַע צײַט“, „לעצטע נײַעס“, „פֿרימאָרגן“,
„נײַ־ערד“, „די װאָך“ און אַנד.), רעדאַגירט
די הומאָריסטישע זשורנאַלן „אַשמדאַי“ און
„גרינע ריטער“. אין אָנהײב פֿון דער צװײטער וועלט־מלחמה האָט ער באַװיזן צו
ראַטעװען זיך, באַזעצט זיך אין טאַשקענט.
נאָך דער מלחמה קערט ער זיך אום קײן
ריגע, אין די 1950ער דרוקט קינדער־דעצײלונגען אין װאַרשעװער „פֿאָלקס־שטימע“.
װערק: „װער זײַנען עס די באָלשע־ װיקעס און מענשעװיקעס“, מאָסקװע, 1917; „דאָס מוז װיסן יעדער פֿרײַער בירגער“ (די מלוכה־אָרדענונג אין פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, אַמעריקע און שװײץ), מאָסקווע, 1917; סעריע „פֿאָלקס־אוניװערסאַל־ביבליאָטעק“: „משלים“ (פֿאַר קלײנע קינדער) — נאָך טאָל־ סטױ, מאָסקווע 1918; „דער פּרינץ און בעט־ לער“, נאָך מאַרק טװען, מאָסקווע, 1918.
