Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור

Browse All People
By Subjects
By Volume:

search tips
✕
≡

How to Build Your Search:

A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.


OR


B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:

  • Use a plus to REQUIRE the word:
    +music +theory << must contain the words music and the word theory
  • Use quotes for a phrase:
    song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
    or "levin" < exact match, not levine
  • Use + and quotes to require the phrase:
    +"music theory" << must include phrase
  • Use a minus to EXCLUDE:
    +music -theory << must include music, but not theory
NOTE: When searching in Yiddish letters, this Lexicon should find the word(s) with or without diacritics (e.g., אברהם vs. אַבֿרהם) -- but when searching in other systems, if you can't find it one way, try searching the other way.
⋮⋮
⋮⋮
Search:
Text
Dates
Subjects
Living People ONLY
Women ONLY
Records w/ Images ONLY
Search in:
Scope:
ALL words
ANY words
EXACT word/phrase
א אַ אָ ב בּ בֿ ג ד ה ו װ ױ ז ח ט י יִ ײ ײַ כ כּ ך ל מ ם נ ן ס ע פּ פֿ פ ף צ ץ ק ר ש שׂ תּ ת ־

See up-to-date entry for:

Akselrod, Zelik

Beider Biographical Dictionary of Yiddish Writers in the Soviet Union

אַקסעלראָד, זעליק

1904–1941

דיכטער. געבױרן אין מאָלאָדעטשנע, װילנער גובערניע. באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע דערציִונג. צו 16 יאָר דעביוטירט מיט אַ ליד אין מינסקער צײַטונג „װעקער“. זיך געלערנט אין מאָסקװער ליטעראַרישן אינסטיטוט אױף װאַלערי בריוסאָװס נאָמען און אין פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. אין מינסק האָט ערגעאַרבעט װי אַ דערציִער אין אַ קינדער־הױז, דערנאָך זיך פֿאַרנומען מיט ליטעראַטור־אַרבעט. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן אַקטיװ זיך באַטײליקט אין ליטעראַרישן לעבן, צוזאַמען מיטן דיכטער איזי כאַריק איז ער געשטאַנען בראָש פֿון דער סעקציע ייִדישע שרײַבער בײַם שרײַבער־פֿאַרבאַנד פֿון װײַסרוסלאַנד. געדרוקט לידער אין פֿאַרשײדענע ייִדישע זשורנאַלן און צײַטונגען, געװען אַ מיטאַרבעטער און מיטגליד פֿון רעדאַקציע־קאָלעגיע אינעם מינסקער זשורנאַל „שטערן“. אַ סך װײַסרוסישע פּאָעטן האָט ער איבערגעזעצט אױף ייִדיש. אין האַרבסט 1939, װען דאָס סאָװעטישע מיליטער האָט פֿאַרנומען מערבֿ־װײַסרוסלאַנד, איז ער געקומען קײן ביאַליסטאָק און געהאָלפֿן אײַנאָרדענען די ייִדישע שרײַבער־פּליטים, װעלכע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון װאַרשע און פֿון אַנדערע פּױלישע שטעט, אָקופּירט מצד די דײַטשן. אױך אין װילנע האָט ער געהאָלפֿן די ייִדישע שרײַבער זיך אָריענטירן אין די נײַע באַדינגונגען. ער האָט זיך באַקאַנט מיט דער טאָכטער פֿונעם ייִדישן שרײַבער איטשע־מאיר װײַסענבערג און חתונה געהאַט מיט איר. אין 1941 האָט מען אים אַרעסטירט, באַשולדיקט אין „ייִדישן נאַציאָנאַליזם“. װען אין מאָסקװע האָט מען זיך דערװוּסט װעגן זײַן אַרעסט, האָבן פּרץ מאַרקיש און אַהרן גורשטײן געפּרוּװט פּועלן בײַ די צענטראַלע מאַכט־אָרגאַנען, מע זאָל אים באַפֿרײַען, אָבער ס׳האָט זיך זײ נישט אײַנגעגעבן. צוזאַמען מיט אים האָט מען אין מינסק אַרעסטירט אױך די ייִדישע שרײַבער עליע קאַהאַן און הירש בעריאָזקין, און זײ האָבן דערנאָך דערצײלט, װי אַזױ אַקסעלראָד איז אומגעקומען. װען די דײַטשן האָבן זיך דערנענטערט צו מינסק, האָבן די אָרטיקע מאַכט־אָרגאַנען באַשלאָסן צו עװאַקויִרן די תּפֿיסה אין טיף פֿון לאַנד. פֿריִער אָבער האָט מען באַשטימט „פּטור צו װערן פֿונעם באַלאַסט“, דאָס הײסט, פֿון די „סאָציאַל־פֿרעמדע עלעמענטן“ — פֿון די פּאָליטישע אַרעסטאַנטן. אין אינערלעכן הױף פֿון דער טורמע איז געזעסן אַ פֿאָרשטײער פֿון די העכערע שטראָף־אָרגאַנען, יעדער אַרעסטירטער האָט, צוגײענדיק צו אים, געדאַרפֿט דערקלערן פֿאַר װאָס ער זיצט. װער עס האָט זיך אַרױסגעשטעלט װי אַ קרימינעלער, איז געבליבן לעבן און אַפֿילו אין גאַנצן באַפֿרײַט געװאָרן. אַקסעלראָד האָט ערלעך דערקלערט, אַז ער זיצט לױטן אַרטיקל נומ׳ 58 (פּאָליטישע פֿאַרברעכן). די „פּאָליטישע“ האָט מען אָפּגעפֿירט אין אַ נאָענטן װעלדל און דערשאָסן.      װערק: „צאַפּל“ (לידער), מינסק, 1922; „לידער“, מינסק, 1932; „און װידער לידער“, מינסק, 1935; „אױג אױף אױג“ (פּאָעמעס), מינסק, 1937; „רױטאַרמײיִשע לידער“, מינסק, 1939; „לידער“, מאָסקװע, 1980; Аксельрод З.М., Стихи, מאָסקווע, 1937; Утреннйи свет, מאָסקווע, 1963.

Scan of original volume
click here to zoom

Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including: 

Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl

© 2026 Congress for Jewish Culture 
Rights are reserved. If you wish to quote small portions of text or data from this Lexicon, you may do so with full attribution to the Congress for Jewish Culture and a link to the specific site, which credits the sources. The Lexicon is perpetually in process; so some elements cited might change as we correct and update information.

If you notice any errors or omissions in this Lexicon (or if you have any concerns or need help) please email us -- Or feel free to post a Public Comment, form at the end of each person's biography.

NOTE
A lot of our English and Yiddish texts and metadata are being worked on: researched, checked, corrected, fixed, formatted, updated, and translated.
There are many ways you can help.