היסטאָריקער, ליטעראַטור־פֿאָרשער, געבױרן אין באָברוּיסק, אין אַ פֿאַמיליע פֿון אַן אױפֿקלערער. צו 12 יאָר אָנגעקומען זיך לערנען אין אַ קאַזיאָנער גימנאַזיע, װעלכע ער האָט פֿאַרענדיקט מיט אַ גאָלדענעם מעדאַל. די דאָזיקע אױסצײכענונג האָט אים געגעבן די מעגלעכקײט אָנצוקומען אין פּעטערבורגער אוניװערסיטעט אױפֿן יורידישן פֿאַקולטעט, װאָס ער האָט פֿאַרענדיקט אין 1914. אײנצײַטיק מיט די לעקציעס אינעם אוניװערסיטעט באַזוכט ער די קורסן פֿון מיזרח־קענטענישן, װוּ ער איז געװען אַ שילער פֿון שמעון דובנאָװ. אין 1917 הײבט ער אָן זײַן װיסנשאַפֿט־פֿאָרשערישע אַרבעט. ער באַזעצט זיך אין מינסק, װוּ ער װערט פֿאַרװאַלטער פֿונעם סאָציִאל־עקאָנאָמישן סעקטאָר בײַ דעם אינסטיטוט פֿון װײַסרוסישער קולטור. זײַנע װיסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן װעגן דער פּראָבלעם פֿון ייִדישן שטעטל פֿאַרנעמען אַ באַדײַטנדיק אָרט אין דער פֿאָרשונג. אין 1924 װערט ער אַטעסטירט װי אַ קאַנדידאַט פֿון היסטאָרישע װיסנשאַפֿטן און אַ דאָצענט פֿונעם װײַסרוסישן מלוכה־אוניװערסיטעט. אין צענדליקער זשורנאַלן און זאַמלביכער, אין באַזונדערע אױסגאַבעס װערן געדרוקט זײַנע װיסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן איבער פֿראַגעס פֿון געשיכטע, עקאָנאָמיע, ליטעראַטור־פֿאָרשונג. אין די 1930ער יאָרן אַרבעט ער אין לענינגראַד װי דער װיסנשאַפֿטלעכער סעקרעטאַר פֿון דער היסטאָרישער קאָמיסיע בײַ דער װיסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. ער װערט אַרעסטירט אין אײן צײַט מיט ישׂראל צינבערג און פֿאַרמישפּט אױף פֿאַרשיקונג. דער גורל פֿירט אים צונױף מיט י. צינבערגן, װען אין סוף 1939 טרעפֿן זײ זיך אין אײן צוג אױפֿן װעג צום לאַגער אין װײַטן מיזרח. זײ געבן זיך אײנער דעם אַנדערן דאָס װאָרט, אַז אױב עמעצער פֿון זײ װעט בלײַבן לעבן, זאָל ער זיך פֿאַרנעמען מיטן פּובליקירן די ליטעראַטור־ירושה, װאָס װעט נאָך זײ פֿאַרבלײַבן. י. צינבערג דערפֿאָרט ניט צום אָרט פֿון דער פֿאַרשיקונג, ה. אַלעקסאַנדראָװ קערט זיך אום אין יאָרן אַרום קײן לענינגראַד. ער אַרבעט אינעם מיזרח־פֿאַקולטעט פֿונעם לענינגראַדער אוניװערסיטעט, װוּ ער לײענט אַ קורס לעקציעס „געשיכטע פֿון ייִדן אין דער אוראַלטער צײַט און אין מיטלאַלטער“. אינעם אינסטיטוט פֿון מיזרח־קענטענישן סיסטעמאַטיזירט ער און קאָמענטירט די פּובליציסטישע און פֿאָרש־אַרבעט פֿון י. צינבערג (דעם אַרכיוו האָבן אָפּגעהיט זײַן פֿרוי און טאָכטער) און פּובליקירט אױפֿן סמך פֿון די דאָזיקע מאַטעריאַלן אַ סעריע אַרטיקלען. אײנצײַטיק האָט ער געזאַמלט מאַטעריאַל פֿאַר זײַנע היסטאָרישע אַרבעטן װעגן ייִדן אין רוסלאַנד. געשטאָרבן איז ער אין לענינגראַד.
װערק: „ייִדן אין דער װײַסרוסלענדישער סאָװעטישער סאָציאַליסטישער רעפּובליק“, מינסק, 1930; (צוזאַמען מיט אַהרן װאָראָבײטשיקן) „דער פּראָלעטאַריאַט אין דער װײַסרוסלענדישער סאָװעטישער סאָציאַליסטישער רעפּובליק“, מינסק, 1933.
