פּובליציסט, רעדאַקטאָר, געזעלשאַפֿטלעכער טוער. ביאָגראַפֿישע ידיעות פֿעלן. װען ער האָט געלעבט און געאַרבעט אין אָדעס, האָט מען אים גערופֿן פּשוט: „חבֿר אַלעק“. ס׳איז באַװוּסט, אַז בעתן בירגער־קריג אין אוקראַיִנע איז ער צוגעשטאַנען צו די אַנאַרכיסטן, דערנאָך געװאָרן אַ קאָמוניסט, סוף 1920ער האָט ער געלעבט אין בערדיטשעװ און איז דאָרט געװען רעדאַקטאָר פֿון דער ייִדישער װאָכן־צײַטונג „בערדיטשעװער אַרבעטער“. צו יענער צײַט האָט ער אָנגעהױבן אַרױסגעבן זכרונות און סקיצעס, װעלכע האָבן זיך געדרוקט אין די ייִדישע צײַטונגען פֿון אוקראַיִנע. אינעם נומ׳ 12 פֿונעם כאַרקאָװער ליטעראַטור־זשורנאַל „פּראָליט“ פֿאַרן יאָר 1930 האָט ער געדרוקט אַ קאַפּיטל פֿון זײַן דערצײלונג „פֿאַרמעקטע װעגן“, אין װעלכער ס׳איז געגאַנגען אַ רײד װעגן דעם בירגערקריג אין אוקראַיִנע, נעמלעך אין אָדעס (שפּעטער איז דאָס קאַפּיטל אַרײַן אין זײַן בוך אונטער דעם זעלבן נאָמען). אָנהײב 1930ער יאָרן איז ער געװאָרן רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג „אָדעסער אַרבעטער“. ער האָט באַשטימט דורכפֿירן אַ גאַנצע רעפֿאָרעם אין דער שפּראַך פֿון דער צײַטונג, אַרײַנפֿירנדיק אין איר װערטער, דער עיקר, סלאַװיזמען, װעלכע מען האָט גענוצט אין דער טאָג־שפּראַך. אױף דער אַל־אוקראַיִנישער ייִדישער שפּראַך־באַראַטונג (7–11 מײַ 1934) איז זײַן „רעפֿאָרעם“ האַרב פֿאַראורטײלט געװאָרן, און ער האָט געמוזט זיך שלאָגן על־חטא פֿאַר זײַנע פֿעלערן. אין 1935 האָט דער „אָדעסער אַרבעטער“ באַקומען אַ נײַעם רעדאַקטאָר. אין 1950 האָט מען אים אַרעסטירט און פֿאַרמישפּט אויף 10 יאָר לאַגערן פֿאַר „נאַציאָנאַליזם און שפּיאָנאַזש“ אַרויסגעלאָזט האָט מען אים אין 1955.
װערק: „פֿאַרמעקטע װעגן“, בערדיטשעװ, 1932; „אין אָנגלי“, כאַרקאָװ, 1932; „טעמפּן“ (פֿאַרצײכענונגען), כאַרקאָװ־קיִעװ, 1932.
