פּובליציסט, געזעלשאַפֿטלעכער טוער. געבױרן אין שטעטל באָבער, אוקראַיִנע. די ליטעראַטור־פּובליציסטישע טעטיקײט אָנגעהױבן אין 1919. געװען סעקרעטאַר פֿון דעם הױפּט־ביוראָ בײַ דער ייִדן־סעקציע בײַם צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי פֿון אוקראַיִנע, מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון דער מאָסקװער צײַטונג „דער עמעס“, פֿאַראַנטוואָרטלעכער רעדאַקטאָר פֿונעם אַנטירעליגיעזן זשורנאַל „אַפּיקוירעס“ (מאָסקװע). זײַן שרײַבערישע טעטיקײט איז געװען קאָנצענטרירט הױפּזאַכלעך אַרום פֿראַגן פֿון אַטעיִסטישער פּראָפּאַגאַנדע. ער האָט אױך איבערגעזעצט אײניקע װערק פֿון װ. אי. לענין אױף ייִדיש. געװען רעפּרעסירט. אָנהײב 1960ער יאָרן, מיטן דערשײַנען אין מאָסקװע פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“, געשריבן אַרטיקלען („אױף די װעגן פֿון הײַנטצײַטיקײט“, „װעגן פּ. מאַרקישעס פּאָעמע ’מלחמה׳“ און אַנד.). געשטאָרבן אין מאָסקװע.
װערק: „הגדה פֿאַר גלײבער און אַפּיקורסים“, מאָסקװע, 1927; „אַנטירעליגיעזער לערנבוך“, מאָסקווע, 1929; „גוף און נשמה“, מאָסקווע, 1948.
