פּראָזאַיִקער, ליטעראַטור־פֿאָרשער. געבױרן אין דאָרף איװאַנגאָראָד, קיִעװער גובערינע, אין אַן אָרעמער פֿאַמיליע. צו 14 יאָר אָנגעהױבן אַרבעטן בײַ אַ שוסטער, דערנאָך געאַרבעט אין אַ שוך־פֿאַבריק אין דער שטאָט אומאַן. גלײַכצײַטיק זיך געלערנט אין אַן אָװנט־שול. אין 1931 װערט אַ סטודענט אין כאַרקאָװער „אינסטיטוט פֿון רױטער פּראָפֿעסור“. נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אינסטיטוט אין 1927 קומט ער אָן אַרבעטן אין אינסטיטוט פֿאַר אוקראַיִנישער ליטעראַטור בײַ דער װיסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע פֿון אוקראַיִנע; שפּעטער אַרבעט אינעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור בײַ דער זעלבער װיסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע, פֿאַרנעמט זיך מיט פֿאָרש־אַרבעט אין געביט פֿון ייִדישער און אוקראַיִנשער ליטעראַטור, דרוקט אַרטיקלען אין דער פּרעסע, דערצײלונגען אין די ליטעראַרישע זשורנאַלן און אַלמאַנאַכן. ער באַטײליקט זיך אינעם קאָנקורס אױף דער בעסטער ביאָגראַפֿיע פֿונעם אוקראַיִנישן דיכטער טאַראַס שעװטשענקאָ, און באַקומט די צװײטער פּרעמיע; די אַרבעט דערשײַנט אין צװײ שפּראַכן — ייִדיש און אוקראַיִניש. אין די ערשטע טעג פֿון דער צװײטער וועלט־מלחמה, גײט ער פֿרײַװיליק אַװעק אױפֿן פֿראָנט, באַטײליקט זיך אין די שלאַכטן נישט װײַט פֿון קיִעװ און קומט אין גיכן אום הינטערן דאָרף סטעפּאַנצי, קיִעװער געגנט.
װערק: „דאָס צילברעטל לאַכט“, דערצײלונגען, כאַרקאָװ, 1931; „פּאָזיציעס“, דערצײלונג, כאַרקאָוו, 1933; „דערצײלונגען“, קיִעװ, 1936; „ט.ג. שעװטשענקאָ“, ביאָגראַפֿישער עטיוד, קיִעוו, 1939; „יוגנט“, ראָמאַן, קיִעוו, 1941.
