פּראָזאַיִקער. געבױרן אין בערשאַד, פּאָדאָליע, אוקראַיִנע. ביז 14 יאָר געלערנט אין חדר און אין אַ רוסישער שול. געקומען קײן אָדעס און געאַרבעט אױף אַ מעטאַל־זאַװאָד. אין דער סאָוועטישער צײַט געװען אַ לערער און דערציִער אין קינדער־אַנשטאַלט, שפּעטער געאַרבעט אױף אַ זאַװאָד אין דער שטאָט דניעפּראָפּעטראָװסק, אוקראַיִנע, פֿאַרענדיקט אַ הױכשול און באַקומען דעם דיפּלאָם פֿון אַ באַרג־אינזשעניר. פֿון 1926 אָנגעהױבן דרוקן דערצײלונגען אין די כאַרקאָװער ייִדישע זשורנאַלן „פּראָליט“ און „די רױטע װעלט“. די גרונט־טעמע זײערע איז געװען די איבערבױונג פֿון ייִדישן עקאָנאָמישן שטײגער, דאָס אַרײַנדרינגען פֿון די ייִדישע מאַסן אין דער אינדוסטריע און אין דער לאַנדװירטשאַפֿט. ער האָט דער ערשטער אין דער ייִדישער סאָװעטישער ליטעראַטור אַרײַנגעפֿירט די פּראָדוציר־טעמע, געשאַפֿן געשטאַלטן פֿון אַרבעטער אין דער אינדוסטריע, אױף די קױלן־שאַכטעס. װען ביראָבידזשאַן איז אין 1928 דערקלערט געװאָרן פֿאַר אַ ייִדישער טעריטאָריע, איז ער אַהין געפֿאָרן מיטן ערשטן עשעלאָן איבערװאַנדערער און געדרוקט אין דער פּרעסע װעג־פֿאַרצײכענונגען װעגן לעבן און אַרבעט פֿון די ערשטע ייִדישע טײַגע־אײַנװױנער (די סקיצעס זײַנען שפּעטער אַרײַן אין זײַן בוך „ביראָבידזשאַן“). ער האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אין די קױלן־גרובן פֿון דאָנבאַס, װוּהין עס איז געקומען אױך די ייִדישע יוגנט, און אָנגעשריבן אַ בוך „שאַכטעס“. זיך עװאַקויִרט אין 1941 אױף אוראַל צוזאַמען מיטן מעטאַלורגישן זאַװאָד, אױף װעלכן ער האָט געאַרבעט, האָט ער געטאָגט און גענעכטיקט מיט די פּערסאָנאַזשן פֿון זײַנע שפּעטערדיקע װערק. געלעבט מיט זײַן משפּחה אין דער אוראַלער שטאָט טשקאַלאָװ (אָרענבורג), און דאָרט געשטאָרבן, ניט באַװיזנדיק צו פֿאַרענדיקן זײַן לעצט װערק „אוראַלער גיבורים“ (אײניקע פֿראַגמענטן האָט ער געדרוקט אין דער צײַטונג „אײניקײַט“ און אין מאָסקװער אַלמאַנאַך „סאָװעטיש“).
װערק: „פֿיאָדאָר זובקאָװ“ (דערצײלונג), כאַרקאָװ, 1930; „די קאָמונע“ (דערצײלונג), דאָרט, 1930; „ביראָבידזשאַן“,
װעג־אײַנדרוקן, מאָסקװע, 1930; „שאַכטעס“ (דערצײלונגען), מאָסקװע, 1931; „אין
סופּערנעם צעך“ (דערצײלונגען), כאַרקאָװ־קיִעװ, 1932; „ניט אױסגעטראַכט“ (פֿאַרצײכענונגען), מאָסקװע, 1947;
Биробиджан ,
מאָסקװע־לענינגראַד, M. Alberton, ;1930
Birobidschan, die Judenrepublik, לײַפּציג,
1932.
