דיכטער. געבױרן אין ביאַליסטאָק, אין אַ משפּחה פֿון אַ מאָלער. געװען אַן אַרבעטער. צו צװאַנציק יאָר אַרײַנגעטראָטן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, געפֿירט אַן אונטערערדישע אַרבעט אין ביאַליסטאָק. װען די רויטע אַרמיי איז אַרײַן אין דער שכנישער שטאָט גראָדנע, איז ער געװאָרן אַ מיטגליד פֿון רעװאָלוציע־קאָמיטעט אין שטעטל װאָלקאָװיסק. זײַענדיק אין דער אַרמײ, האָט ער פּובליקירט לידער אין דער ייִדישער טאָג־צײַטונג „ראָסטאַ“, װאָס עס האָט אַרױסגעגעבן אױפֿן פֿראָנט דער פּאָליט־אָפּטײל פֿון דער אַרמײ. די לידער זײַנען געשריבן געװאָרן אין נוסח פֿונעם דעמאָלט זײער פּאָפּולערן רוסישן דיכטער דעמיאַן בעדני. דערפֿאַר טאַקע האָט ער גענומען דעם פּסעװדאָנים „דודל קבצן“ („בעדני“ מײנט „קבצן“ אױף רוסיש). אין אָנהײב 1920ער האָט ער געלעבט אין מאָסקװע, געװען אױף װירטשאַפֿטלעכער אַרבעט און זײער זעלטן געלאָזט װעגן זיך צו װיסן מיט לידער און אַרטיקלען.
װערק: „לידער פֿון דוד אוטקעס, חײם גילדין, מאָניע גורעװיטש, אלישע ראָדין, הירש ריקלין“, האָמעל, 1921.
