געזעלשאַפֿטלעכער טוער, פּובליציסט, רעדאַקטאָר. געבױרן אין שאַװל, ליטע, בײַ אַ פֿאָטער אַ שוסטער. אין דער יוגנט זיך באַטײליקט אין דער רעװאָלוציע־באַװעגונג, געזעסן אין תּפֿיסה. געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דער בױונג פֿון דער סאָװעטישער מאַכט אין װײַסרוסלאַנד; געװען רעדאַקטאָר פֿון דער ייִדישער צײַטונג „דער רױטער שטערן“ (װיטעבסק), װוּ ער האָט אָפּגעדרוקט אַ סעריע אַרטיקלען „געשיכטע פֿון דעם קאָמוניסטישן פֿאַרבאַנד פֿון װײַסרוסלאַנד“. שפּעטער איז ער אײנער פֿון די רעדאַקטאָרן פֿון דער קיִעװער צײַטונג „קאָמוניסטישע פֿאָן“. אין 1928 רעדאַגירט די צײַטונג „אָדעסער אַרבעטער“. װען עס װערט געגרינדעט דער ערשטער אין אוקראַיִנע קאַלינינדאָרפֿער ייִדישער נאַציאָנאַלער ראַיאָן, װערט ער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג „קאָלװירט־ עמעס“ און סעקרעטאַר פֿון פּאַרטיי־קאָמיטעט. אַ געניטער פּובליציסט, איז ער אױך געװען אַ פֿלאַמיקער רעדנער און אַ גוטער אָרגאַניזאַטאָר. זײַנע אַרטיקלען האָבן אָפֿט זיך געדרוקט אין דער ייִדישער פּרעסע, ס׳רובֿ געװידמעט די פֿראַגן פֿון פּאַרטײיִשער, סאָװעטישער, און קאָלװירטישער בױונג. בעת די גרױסע רעפּרעסיעס אין 1937 איז זײַן נאָמען פֿאַרשװוּנדן. לױט די ידיעות, האָט מען אים אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין אַ לאַגער אין צפֿון־אוראַל. אין 1948 האָט זיך פֿאַרענדיקט דער טערמין פֿון זײַן פֿאַרשיקונג, און ער האָט געהאַט בדעה זיך אומקערן אין שאַװל. אױפֿן װעג אָבער האָט מען אים װידער אַרעסטירט. לױט אַנדערע ידיעות, האָט מען אים נאָכן 20סטן פּאַרטײ־צוזאַמענפֿאָר (1956) רעהאַביליטירט און באַפֿרײַט און ער האָט דערלעבט ביזן יאָר 1966. זײַן עלטערער ברודער — װיליאַם אײבראַמס — איז געװען אַ פֿירנדיקער זשורנאַליסט אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע.
װערק: „זאַלבע צװײט“ (געשיכטע פֿון ערשטן מײַ אין װיטעבסק), װיטעבסק, 1921; „דער מישפּט איבערן חדר“, דאָרט, 1922.
