
מאַמע־לשון טאָג
כ'האָב ערשט גערעדט מיט רחל קאַפֿריסענען וועגן דעם "יונעסקאָ" אינטערנאַציאָנאַלן מאַמע־שפּ
מײַן מאַמע האָט נישט גערעדט קיין וואָרט ייִדיש? א
האָט מיך געראַטעוועט אָט־אָ דער אַרטיקל פֿון אַנש, וועגן ייִדישע ווערטער וואָס ווערן אַרײַנגענומען אינעם אָקספֿאָרדער ענגלישן ווערטערבוך. ווײַזט זיך אַרויס אַז אַפֿילו בײַ דער מלכּה־ענגלאַנד איז ייִדיש אַ טייל פֿון איר מאַמע־שפּראַך, און איצט פֿאַלט מיר אויפֿן זכּרון ווי מײַן מאַמע פֿון קענזעז־סיטי האָט אַ מאָל געגעבן אַ זאָג וועגן "אַ בחור וואָס באַקלאָגט זיך פֿאַר אַ שליח בײַ אַ פֿאַרברענגען..." א
אַ קלייניקייט: אַפֿילו אינעם אַרטיקל בײַט זיך דער אויסלייג פֿון וואָרט "שליח" צוליב דער פֿראַגע פֿון ראָמאַניזירטן ייִדיש. אפֿשר וואָלט געווען אַ סבֿרה מע זאָל נעמען אַ מוסטער בײַ די יוגנטרופֿניקעס פֿון 1970 און פּיקעטירן די ביוראָען פֿונעם אָקספֿאָרדער ענגלישן ווערטערבוך, ווי אויך פֿון מעריעם־וועבסטער (וואָס ווערט געניצט בײַם יערלעכן סקריפּס אויסלייג־פֿאַרמעסט) זיי זאָלן שוין אָננעמען דעם ייִוואָ־סיסטעם פֿון ראָמאַניזאַציע...אמת, דער פֿאָרווערטס האָט ניט גלײַך אָנגענומען די תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג און די יוגנטרופֿניקעס האָבן גיכער אָנגענומען אויף זיך באַנאַנע־שאָלעכצן פֿון דער רעדאַקציע. אָבער הײַנט איז איינע פֿון די יוגנטרופֿניקעס די רעדאַקטאָרשע פֿון פֿאָרווערטס און מע שרײַבט מיט אַ קלאָרן, מאָדערנעם ייִדיש... נו, די צײַט מאַכט גרוי די פּאה און בײַט די דאה...א
ווען איר זענט אַ בעלן צו הערן וועגן דער פּאָליטיק פֿון מינאָריטעט־שפּראַכן און שפּראַכן אין אַ סכּנה, האָט רחל אַראַנזשירט אַז דר. דזשעראַלד ראָש זאָל קומען רעדן פֿאַר אונדז וועגן דעם דינסטיק דעם 17טן מאַרץ. ווי באַוווּסט, האָבן מיר בלויז אַ קליינעם זאַל, טאָ שרײַבט לאָזן וויסן אַז איר ווילט קומען, וועט מען שיקן אַ פֿאַרבינדונג אויף צו קויפֿן אַ בילעט.א
און דערווײַלע, האָט אַ גוטן שבת!א
Some Thoughts on Mother Language Day
I was discussing the UNESCO International Mother Language Day with Rokhl Kafrissen, our new Director of Communications and Special Projects, and she encouraged some kind of statement marking a day with obvious relevance to mame-loshn. “Un dokh…” Yiddish is NOT my mother tongue so what can I say?
The situation was saved by this ANASH article about Yiddish in the Oxford English Dictionary… it turns out that even if you were raised an English speaker, Yiddish is a part of your mother tongue! And now that I think about it, I do remember my mother in Kansas City once talking about a “bochur kvetching to a shliach at a farbrengen”…
One small point: even within the article, the spelling changes from “shliach” to “shaliakh”. Clearly the copy editor needs a good shell[i]ac/k[h]ing. How much easier these questions would be if the OED (and Merriam Webster, used in the annual Scripps Spelling Bee) were to adopt the YIVO-approved romanizations for these words. Remember how successful the 1970 Yugntruf Forvertsprotests were (pictured above)? It took time, but the paper came around… and one of those Yugntrufnikes is Editor of the Forverts today! Food for thought.
If you're interested in a discussion of political aspects of minority languages and new frameworks for promoting them, Rokhl has made a connection with Dr. Gerald Roche, a specialist in the field, who will be speaking for us on Tuesday, March 17th at 7 PM. Drop us a note and we'll send you information on buying a seat––space is limited.
In the meantime, maybe consciously wish people "gut-shabes" tonight and tomorrow!
