Max Weinreich: His First Years in America
Gennady Estraikh gives a synopsis of YIVO organizer and Yiddish linguist Max Weinreich’s early years in America by way of introducing this first ever reprint of Weinreich’s 1942 article on the future of the YIVO and Yiddish in America.
מאַקס ווײַנרײַך:
די ערשטע יאָרן אין אַמעריקע
דעם 29סטן יאַנואַר איז געוואָרן 43 יאָר זינט דער פּטירה פֿון מאַקס ווײַנרײַכן. פֿאַר אָט די יאָרן האָבן זיך געביטן עטלעכע דורות אין דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט. אָבער קיינער האָט זיך אַפֿילו ניט דערנענטערט צום ניוואָ פֿון מאַקס ווײַנרײַכן, כאָטש אייניקע זאַכן זײַנען, בלי-ספֿק, פֿאַרעלטערט געוואָרן אין זײַנע פֿילצאָליקע אַרבעטן. אַ חוץ צענדליקער ביכער און הונדערטער אַרטיקלען (אין “פֿאָרווערטס” בתוכם), האָט ווײַנרײַך איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ גאַנצע אינסטיטוציע — דעם ייִוואָ-אינסטיטוט. הגם ניט איין מענטש, נאָר אַ גאַנצע ריי געלערנטע און כּלל-טוערס האָבן אין יאָר 1925 פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון דעם דאָזיקן אינסטיטוט, איז ווײַנרײַך געווען דער מענטש, וואָס איז געשטאַנען בײַם רודער פֿון דער נײַער, איצט שוין לאַנג לעגענדאַרער, אַקאַדעמישער אינסטיטוציע. ער האָט מיט איר אָנגעפֿירט סײַ אין ווילנע און סײַ אין ניו-יאָרק, ווען די מלחמה האָט אים פֿאַרוואָרפֿן אויף דער אַנדערער זײַט פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן.
זונטיק, דעם 4טן דעצעמבער, 2011, האָט דער ייִוואָ דורכגעפֿירט אַן איינטאָגיקע קאָנפֿערענץ, געווידמעט די אַמעריקאַנער יאָרן אין מאַקס ווײַנרײַכס לעבן. רעפֿעראַטן האָבן צוגעגרייט פֿאָרשערס, וועלכע האָבן באַרירט פֿאַרשיידענע טעמעס: ווײַנרײַכס באַמיִונגען זיך צוצופּאַסן צום לעבן אין אַמעריקע, זײַן פֿילזײַטיקע פּעדאַגאָגישע טעטיקייט, זײַן אַרבעט איבער דער געשיכטע פֿון ייִדיש, זײַן חורבן-פֿאָרשונג, און זײַן אָנפֿירונג מיט דער טעטיקייט פֿון ייִוואָ. אין דער אַרבעט פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט זיך באַטייליקט גבֿריאל ווײַנרײַך, מאַקס ווײַנרײַכס ייִנגערער זון, וואָס איז אַ פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר פֿון פֿיזיק אין מישיגאַן-אוניווערסיטעט. אַ סך מענטשן האָבן געלייענט זײַן בוך זכרונות Confessions of Jewish Priest: From Secular Jewish War Refugee to Physicist and Episcopal Clergyman.
ס‘איז שוין ניט איין מאָל געזאָגט געוואָרן, אַז ייִדיש האָט ניט קיין פּנים, אָדער פּינקטלעכער — עס האָט ניט קיין פּנימער. מיט אַנדערע ווערטער: מיר האָבן כּמעט ניט קיין ביאָגראַפֿיעס. וווּ קען מען איבערלייענען אַ בוך וועגן, אַ שטייגער, מאַקס ווײַנרײַכן? בלײַבט ער ממילא אַ רעטעניש, צי סתּם אַ נאָמען אויף דער הילע פֿון זײַן מאָנומענטאַלער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך. אָבער ס׳איז קלאָר אַפֿילו אָן פּרטימדיקע ביאָגראַפֿיעס, אַז ווײַנרײַך איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעך אינטערעסאַנטער מענטש; אַ מענטש מיט אַ שליחות, וואָס ער האָט פֿאַר זיך אַליין באַשטימט. און אַ שליחות איז עס געווען מיט אַ פֿאַרנעם. עס האָט זיך ניט באַגרענעצט מיט שפּראַכקענטעניש צי אַנדערע מינים וויסנשאַפֿט. מיר ווייסן, און בעת דער ייִוואָ-קאָנפֿערענץ האָט מען וועגן דעם גערעדט, אַז ער האָט אַ סך ברייטער געזען די ראָלע פֿון דער אַקאַדעמישער אַרבעט. פֿאַר אים איז עס געווען אויך אַ — און, אין אַ געוויסן זין, דער — מיטל צו מאָדערניזירן און, בכלל, טראַנספֿאָרמירן דאָס ייִדישע פֿאָלק.
ווי אַ סך אַנדערע ייִדישע טוערס פֿון אַזאַ קאַליבער, האָט ווײַנרײַך געטראָגן אין זײַן גענעטישן קאָד עפּעס פֿון רבי עקיבֿא. ער האָט געגלייבט, אַז זײַן קרײַז פֿון ייִוואָ-אַקטיוויסטן היט אָפּ דעם קערן פֿון דער אַשכּנזישער קולטור. און ווײַטער בלײַבט די פֿראַגע פֿון קולטיווירן ריכטיק דעם באָדן, אים ברענגען צו אַזאַ מצבֿ, אַז עס זאָל זיך קענען ווידער צעוואַקסן, און צעבליִען די אַשכּנזישע ציוויליזאַציע. אין אַ צאָל רעפֿעראַטן האָט קלאָר געקלונגען, אַז ווײַנרײַך האָט זיך געפֿילט אין אַמעריקע ניט אין גאַנצן אין דער היים. אָט ווי ער האָט, למשל, אָפּגעשאַצט אַמעריקע אין זײַן אַרטיקל “וווּ איז הײַנט דער צענטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור?” (“פֿאָרווערטס”, דעם 20סטן יאַנואַר 1947):
העכער פֿינף מיליאָן ייִדן און די גרעסטע צאָל ייִדישע שרײַבערס. און צווישן זיי אַ היפּשע צאָל מיט גרויסן טאַלאַנט. אָבער עפּעס שפּירן מיר, אַז ס׳איז ניט מיט אַלעמען. ווײַל אַ ליטעראַטור מיינט ניט נאָר שרײַבערס און אַפֿילו ניט נאָר אָפּגעדרוקטע ביכער. ליטעראַטור מיינט כּסדרדיקער קאָנטאַקט צווישן שרײַבער און עולם, אַ כּסדרדיקע ווירקונג פֿון איינעם אויפֿן אַנדערן. און דאָ איז דער שוואַכסטער פּונקט פֿון דער ייִדישער אַמעריקע. די ייִדישע ליטעראַטור, ניטאָ וואָס צו באַהאַלטן, הענגט דאָ אין דער לופֿטן.
ווײַנרײַך האָט געבענקט נאָך ווילנע — די שטאָט האָט זיך בײַ אים אַסאָציִיִרט מיטן בעסטן, וואָס די ייִדישע קולטור האָט געהאַט געשאַפֿן. און ער האָט געחלומט וועגן “ווילנעיִזירן” דאָס ייִדישע לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן; געוואָלט גלייבן, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן זיך געוואַלדיק גענייטיקט אין זײַן ייִוואָ, וואָס ער האָט געזען ווי אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון דער ווילנער קולטור-טראַדיציע. דאָס איז, צום באַדויערן, געווען ניט מער ווי אַ חלום, מחמת דאָס אַמעריקאַנער ייִדנטום האָט, אין דער אמתן, גאַנץ ווייניק, און וואָס ווײַטער אַלץ ווייניקער, באַמערקט די דאָזיקע טראַדיציע און איר אינסטיטוציאָנעלע פֿאַרקערפּערונג.
אָנהייב 1942 איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ ייִוואָ-קרנפֿערענץ, וועלכע האָט אונטערגעצויגן די ערשטע סך-הכּלען פֿון דער טעטיקייט פֿונעם אינסטיטוט אין ניו-יאָרק, אָפּגעריסן פֿון ווילנע. ווײַנרײַכס אַרטיקל אין “פֿאָרווערטס”, וואָס ווערט דאָ געדרוקט, זעט אויס ווי אַ באַריכט, געלייענט בעת דער קאָנפֿערענץ. אַזוי איז עס אַ פּנים געווען.
ג. ע.
זומער 1940 האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ סיטואַציע:
ווילנע, די הויפּטשטאָט פֿון ליטע, איז פֿאַרנומען געוואָרן פֿון דער רויטער אַרמיי. די באַלעבאַטים דאָרטן זײַנען געוואָרן די קאָמוניסטן, און ניט נאָר אין דער רעגירונג, נאָר אויך אין די קולטורעלע און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס. פֿאַרשטייט זיך, אַז זיי האָבן אויך “איבערגענומען” דעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט (ייִוואָ). מע האָט אַרײַנגעזעצט אַהין אייגענע מענטשן און מע האָט געלאָזט וויסן, אַז פֿון איצט אָן וועט מען פֿירן אויפֿן אייגענעם שטייגער, די ביז-איצטיקע פֿירונגען האָבן ניט געטויגט. און מע האָט באַלד גענומען אויסרעדן און אויסשרײַבן וואָס אין דער קאָרט שטייט אויף די אַלע וואָס זײַנען פֿריִער געווען פֿאַרבונדן מיטן אינסטיטוט. אַז די מלחמה וועט אין גיכן פֿאַרפֿלייצן ווילנע אויך — דאָס האָט דאָך דעמאָלט קיינער ניט געקענט פֿאָרויסזען.
וואָס האָבן געזאָלט טאָן די פֿרײַנד און מיטאַרבעטער פֿון ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט דאָ אין לאַנד בײַ דער נײַער סיטואַציע? דער ייִוואָ איז קיין מאָל ניט געווען בלויז אַ ווילנער אינסטיטוציע. אַפֿילו אין די יאָרן ווען דער וועג פֿון און צו ווילנע איז געווען אָפֿן, האָט דער אַמעריקאַנער אָפּטייל פֿון ייִוואָ אַליין אַרויסגעגעבן ביכער און זשורנאַלן, אײַנגעאָרדנט פֿאָרומס און קאָנפֿערענצן. ווען מע זאָל דורכקוקן די שריפֿטן פֿון ייִוואָ פֿאַר די אַלע יאָרן פֿון שלום, פֿון זינט דער אינסטיטוט האָט זיך אין 1925 געגרינדעט, וועט מען דאָרטן מסתּמא געפֿינען ניט ווינציקער שרײַבער פֿון ניו-יאָרק ווי פֿון ווילנע גופֿא. אָבער דער מיטלפּונקט פֿון אינסטיטוט איז געווען ווילנע. דאָרטן האָבן זיך קאָנצענטרירט אַלע פּלענער, דאָרטן האָבן זיך געדרוקט די גרויסע בענד שריפֿטן און די צענטראַלע זשורנאַלן, דאָרטן האָט מען געהיט אַלע זאַמלונגען אין דעם אייגענעם הויז. דאָרטן איז אין 1935 געווען דער אַלוועלטלעכער צוזאַמענפֿאָר פֿון אינסטיטוט און עס האָט אין 1940 געזאָלט זײַן דער צווייטער. דאָרטן האָט זיך אין 1935 געשאַפֿן די אַספּיראַנטור בײַם אינסטיטוט — אַ מין אוניווערסיטעט פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן. די גאַנצע וועלט האָט זיך געהאַט צוגעוווינט צו דעם, אַז ווילנע איז דער אַדרעס. דער נאָמען “ירושלים-דליטא” האָט געקראָגן גאָר אַ נײַעם קלאַנג פֿאַר פֿיל טויזנטער מענטשן איבער דער גאַנצער וועלט. די פּאָסט צום אינסטיטוט איז געווען אַזוי גרויס, אַז מע האָט צו אים צוגעשטעלט אַ ספּעציעלן בריוון-טרעגער.
דער אויסברוך פֿון דער מלחמה האָט באַלד דערלאַנגט אַ שווערן קלאַפּ. ווילנע האָט געהערט צו פּוילן, און די פֿאַרבינדונג פֿון דער דרויסנדיקער וועלט מיט פּוילן איז געגאַנגען דורכויס פֿון מערבֿ-זײַט, דורך דײַטשלאַנד, הייסט עס. ווען די דײַטשישע אַרמיי איז אַריבער דעם פּוילישן גרענעץ, איז ממילא אָפּגעשניטן געוואָרן פֿון דער וועלט אַפֿילו דער טייל פּוילן וואָס איז נאָך ניט געווען פֿאַרנומען. דאָס איז געווען דעם 1טן סעפּטעמבער, 1939. דעם 17טן סעפּטעמבער איז אַרײַן אין ווילנע די רויטע אַרמיי און טאַקע אויף אַן אמת אָפּגעשניטן ווילנע פֿון דער גאַנצער וועלט. אַפֿילו מיט מאָסקווע האָבן די דאָרטיקע אײַנוווינערס קיין קאָמוניקאַציע ניט געהאַט. וועגן אָנהאַלטן אַ קאָנטאַקט מיט דער “בורזשואַזער וועלט” איז דאָך אַוודאי ניט געווען וואָס צו רעדן.
נאָר דאָ איז געשען אַ נס: די סאָוועטן האָבן אַוועקגעשאָנקען ווילנע דער קליינטשיקער ליטע. לאָמיר זיך איצט ניט אַרײַנלאָזן אין אַנאַליזירן יענע געשעענישן — זיי זײַנען נאָך בײַ אַלעמען פֿריש אין זכּרון. עס איז גענוג צו זאָגן, אַז די זעקס חדשים אונטער די ליטווינער האָט דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט געהאַט אַ מעגלעכקייט צו פֿירן זײַן טעטיקייט. ניט אַזוי ברייט ווי ער האָט געוואָלט — אַ שטייגער אַרויסגעבן די זשורנאַלן האָט די ליטווישע מיליטערישע צענזור ניט דערלויבט ביזן סוף, כאָטש מע האָט ניט געקענט חושד זײַן, אַז מע וועט דאָרטן עפּעס שרײַבן, חלילה, קעגן ליטע. אָבער [צו פֿירן] די אינעווייניקסטע אַרבעט האָט מען ניט געשטערט.
עס האָט געפֿעלט זלמן רייזען, וועמען די באָלשעוויקעס האָבן אַרעסטירט אין אָקטאָבער 1939 און מיטגענומען, ווען זיי זײַנען אַרויס (ביז איצט ווייסט מען ניט, וווּ ער איז אַהינגעקומען). אָבער עס זײַנען צוגעקומען צו דער אָנפֿירונג, אַ חוץ אָרטיקע מענטשן, עטלעכע וויכטיקע טוערס פֿון וואַרשע, וועמען די מלחמה האָט געהאַט געבראַכט קיין ווילנע. עס איז אַוועק אַ פֿײַנע אַרבעט. אין די אַרבעטס-צימערן און אין די לייען-זאַלן פֿון אינסטיטוט איז קיין מאָל ניט געווען אַזוי לעבעדיק ווי יענעם האַלב יאָר, ווען עטלעכע הונדערט ייִדישע אינטעליגענטן פֿון וואַרשע און לאָדזש און לובלין און קראָקע האָבן זיך דאָ צוגעטוליעט און דאָ געפֿונען גײַסטיקע שפּײַז און גײַסטיקע וואַרעמקייט, אין דער צײַט ווען מיט פֿיזישער שפּײַז און וואַרעמקייט איז געווען אַ ביסל קנאַפּלעך. און די ליטווישע אינטעליגענץ, די ליטווישע בילדונגס-מאַכט, האָט אויך געלייגט גרויס כּבֿוד אויפֿן אינסטיטוט. דער ייִוואָ האָט אַפֿילו געהאַט אויסגעפּועלט, אַז אין ווילנער אוניווערסיטעט, וואָס די ליטווינער האָבן געהאַט איבערגענומען, זאָל זײַן אַ שטענדיקער פּראָפֿעסאָר פֿאַר ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור.
די פֿאַרבינדונג מיט דער דרויסנדיקער וועלט, און ספּעציעל מיט אַמעריקע, איז דעמאָלט אויך געווען זייער שווער. יעדער בריוו האָט זיך דאָך געדאַרפֿט דורכגליטשן דורך דער צווייענדיקער בלאָקאַדע פֿון די ענגלענדער און די דײַטשן. גוט און זיכער זײַנען געגאַנגען נאָר טעלעגראַמען, און דורך טעלעגראַמען אַליין איז שווער צו פֿירן אַ גרויסע אָרגאַניזאַציע. פֿונדעסטוועגן, מיט די אַלע שוועריקייטן, איז ווילנע ביז יוני 1940 געווען ווײַטער דער נאַטירלעכער צענטער פֿון ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט.
אָבער ווען די באָלשעוויקעס האָבן פֿאַרנומען די שטאָט און איבערגעשניטן אַלע פֿאַרבינדונגען מיט דער דרויסנדיקער וועלט און אויפֿן אָרט געהייסן גיין פֿון אינסטיטוט די אַלע וואָס האָבן אים פֿריִער געפֿירט, האָט זיך פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִוואָ-טוערס אַוועקגעשטעלט אַ האַרבע פֿראַגע. עס איז ניט געווען נאָר דאָס (כאָטש דאָס אַליין וואָלט געווען גענוג), אַז די נײַע דעה-זאָגערס זײַנען ניט געווען קאָמפּעטענט. אַפֿילו ווען זיי וואָלטן געווען די שענסטע און די בעסטע, וואָלט די אַמעריקאַנער אָפּטיילונג פֿון ייִוואָ אויך ניט געקענט אָנהאַלטן מיט זיי קיין פֿאַרבינדונג, ווײַל זיי האָבן דאָך ניט געוואָלט האָבן קיין געשעפֿטן מיט “רעאַקציאָנערן” און “קלעריקאַלן”. די אַמעריקאַנער ייִוואָ-טוערס האָבן דעריבער געקענט באַשליסן נאָר איינס פֿון צוויי:
אָדער אין גאַנצן רעזיגנירן פֿון אַ צענטראַלער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוציע, אָדער נעמען בויען דעם אינסטיטוט איבער אַ נײַס דאָ אין אַמעריקע — צום ווינציקסטן ביז וואַנען די מלחמה וועט זיך ענדיקן.
עס זײַנען געווען אַזעלכע, וואָס האָבן געהאַלטן, אַז אַמעריקע קען ניט, און וויבאַלד קען מען ניט, דאַרף מען זיך ניט אונטערנעמען. דאָס וואָס האָט אין ווילנע געקאָסט אַ גילדן, האָבן זיי געטענהט, קאָסט אין ניו-יאָרק אַ דאָלאַר. אָבער איין אַמעריקאַנער דאָלאַר איז אין ווילנע געווען פֿינף גילדן, און אין אַמעריקע איז דאָס טאַקע ניט מער ווי אַ דאָלאַר. אין ווילנע האָט איר געהאַט אַרום אינסטיטוט אַ גרויסע באַגײַסטערטע יוגנט, — ווער וועט אײַך העלפֿן אין ניו-יאָרק? חוץ דעם, דאָרטן האָט איר דאָך געהאַט ניט נאָר ווילנע, נאָר הונדערטער שטעט און שטעטלעך פֿון פּוילן און פֿון די שכנישע לענדער, וווּ מע האָט דעם אינסטיטוט ליב געהאַט, ווײַל מען האָט אים באַדאַרפֿט. און קען מען זאָגן מיט אַ פֿולן מויל, אַז די ייִדישע אַמעריקע קען אָן דעם ייִוואָ ניט לעבן? און דער עיקר: די גרעסטע צאָל מיטאַרבעטער פֿון אינסטיטוט און כּמעט אַלע זײַנע זאַמלונגען זײַנען דאָך געבליבן דאָרטן — מיט וואָס וועט מען דאָ קענען גיין צום טיש?
אַלע ערנסטע טענות. אָבער אַריבערגעווויגן האָבן די וואָס האָבן געזאָגט, אַז מע דאַרף פּרוּוון, אַז צונויפֿלייגן די הענט און פֿאַרצווייפֿלען איז קיין קונץ ניט. וועט מען האָבן ווינציקער געלט, וועט מען אויפֿטאָן ווינציקער. אָבער ווינציק איז נאָך אַלץ מער ווי גאָרניט. ס׳וועט ניט זײַן אין די ערשטע יאָרן אַזאַ מין באַגײַסטערונג אַרום דעם אינסטיטוט ווי ס׳איז געווען דאָרטן? מיר האָבן איצט ווינציקער מענטשן? וועלן מיר זען צוצוציִען נײַע מענטשן, וועלן מיר זיך פֿלײַסן צו טאָן אַזוי פֿיל גוטע אַרבעט, אַז מיר זאָלן געווינען אָנערקענונג. די הויפּט-פֿראַגע איז נאָר: צי דאַרף מען דאָס? און וועגן דעם האָבן מיר ניט געהאַט דעם מינדסטן צווייפֿל. די וועלט איז הײַנט פֿאַרגאָסן פֿון אונטערדריקונג, אָבער עס וועט דאָך קומען די צײַט, ווען די וועלט וועט צוריק פֿרײַ ווערן, און די ייִדן אין אייראָפּע צוזאַמען מיט איר. דעמאָלט וועט מען פֿון דאָס נײַ דאַרפֿן דעם ייִוואָ. מוזן מיר אים זען ביז דעמאָלט צו דערהאַלטן. אָבער אויך אַמעריקע גופֿא דאַרף אַן אינסטיטוציע וואָס פֿאָרשט דאָס ייִדישע לעבן מיט די מעטאָדן פֿון דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט. לאָמיר פֿאַרקאַשערן די אַרבל און זיך נעמען צו דער אַרבעט.
אין 1940, אין האַרבסט, האָבן מיר אָנגעהויבן. פֿאַר אַ יאָרן, אַרום נײַ-יאָר, האָט אונדזער יאָריקע קאָנפֿערענץ דאָס באַשטעטיקט. מיר האָבן זיך ניט אײַנגערעדט, אַז ס׳איז אַ שפּילעכל וואָס מיר האָבן זיך אונטערגענומען. עס האָט זיך געמאַכט אַזוי, אַז חוץ די שטענדיקע אַמעריקאַנער טוערס פֿון ייִוואָ האָט די מלחמה אַהער אַראָפּגעבראַכט נאָך מיטאַרבעטער זײַנע פֿון אייראָפּע. אָבער בײַ דעם אַלעם האָבן מיר געוווּסט, אַז מיר הייבן אָן כּמעט ווי פֿון אָנהייב. אָבער מיר האָבן אײַנגעשטעלט, ווײַל מיר האָבן געגלייבט, און איצט האָבן מיר שוין דעם סימן. ווי באַשיידן מיר זאָלן ניט זײַן, מעגן מיר זאָגן, אַז מיר האָבן זיך גאָרניט וואָס צו שעמען מיט דעם באַריכט, מיט וועלכן מיר קומען צו גיין הײַיאָר צו דער קאָנפֿערענץ.
דאָס וואָס דער ברייטערער עולם דערזעט מער ווי אַלץ זײַנען די געדרוקטע אויסגאַבן, וואָס אַ וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציע לאָזט אַרויס. טאָ לאָמיר פֿריִער ווי אַלץ רעדן וועגן אונדזערע ביכער און זשורנאַלן.
די וויכטיקסטע אויסגאַבע פֿון אינסטיטוט פֿאַר די לעצטע צען יאָר איז געווען דער זשורנאַל “ייִוואָ-בלעטער”. הונדערטער וויכטיקע אַרבעטן זײַנען אין אים אָפּגעדרוקט געוואָרן, און אַ פֿאָרשער וואָס גיט זיך אָפּ מיט ייִדישער פֿאָרשונג, אַלץ איינס אין וואָס פֿאַר אַ שפּראַך ער זאָל ניט שרײַבן, קען זיך שוין אָן דעם זשורנאַל ניט באַגיין. ווען די אַמעריקאַנער אָפּטיילונג פֿון ייִוואָ האָט גענומען קלערן וועגן דער הויפּט-אַרבעט, האָט מען דעריבער פֿריִער פֿאַר אַלץ אַ טראַכט געטאָן וועגן די “ייִוואָ-בלעטער”. דאָס איז געווען נאָך אין אָנהייב 1940. פֿאַר די צוויי יאָר זײַנען אַרויס פֿיר בענדער פֿון זשורנאַל (יעדער האַלבער יאָר רעכנט זיך פֿאַר איין באַנד), צוזאַמען 1,126 זײַטן. איר געפֿינט דאָ פֿאָרשונגען פֿון ייִדישן עקאָנאָמישן לעבן און פֿון ייִדישער געשיכטע, וועגן ייִדישער ליטעראַטור און וועגן ייִדישע פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען. איר געפֿינט דאָ מאַטעריאַל אויך וועגן ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע פֿראַגן, אָבער פֿאַרשטייט זיך ניט פֿון דער פּאָליטיש-פּובליציסטישער זײַט גענומען, נאָר פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער: וועגן ייִדישע צוגרייטונגען צו דער ווערסאַלער שלום-קאָנפֿערערנץ, וועגן פּויליש-ייִדישע באַציִונגען, וועגן ייִדן אונטער די נאַציס.
דער זשורנאַל גיט אויך אָפּ פּלאַץ פֿאַר ניט-ייִדישע פּראָבלעמען, אויב מיר קענען עפּעס אָפּלערנען פֿון זיי. למשל, פֿאַר די וואָס אינטערעסירן זיך מיט די מעגלעכקייטן פֿון ייִדישער קאָלאָניזאַציע, איז געווען אינטערעסאַנט צו לייענען אַ באַריכט (געשריבן פֿון אַ הויכן באַאַמטן אין דענמאַרק) וועגן דענישן קאָלאָניזיר-עקספּערימענט, וואָס איז געמאַכט געוואָרן מיט עטלעכע יאָר צוריק אין ווענעזועלאַ. מיר ווייסן, אַז קינדער פֿון אימיגראַנטן, ייִדן אַרײַנגערעכנט, האָבן שוועריקייטן בײַם אַרײַנפּאַסן זיך אין דער אַמעריקאַנער סבֿיבֿה, — איז זייער ניצלעך געווען איבערצולייענען אין די “ייִוואָ-בלעטלעך” אַן אַרטיקל, פֿון אַן אמתן פֿאַכמאַן, וועגן ענלעכע פּערזענלעכקייט-פּראָבלעמען בײַ אינדיאַנער אין די שטאַטן מאָנטאַנאַ און קענזעס. אין דעם קומענדיקן נומער פֿונעם זשורנאַל וועט זײַן אַן אַרטיקל, געשריבן פֿון אַ פּוילישן פּראָפֿעסאָר, וועגן די פּוילישע שולן אין ניו-יאָרק. די טעמע איז אינטערעסאַנט פֿאַר אַ סך מענטשן וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט אונדזערע ייִדישע שולן.
ספּעציעל וואָלט זיך מיר וועלן אונטערשטרײַכן, אַז אויך אַמעריקאַנער ייִדישע טעמעס זײַנען היפּש פֿאַרטראָטן אין די “ייִוואָ-בלעטער”. אַז דאָס איז נייטיק, איז קלאָר פֿאַר אַלעמען. איינער פֿון די מאָטיוון פֿאַר נעמען זיך אויפֿבויען דעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט אין ניו-יאָרק איז דאָך געווען דאָס, וואָס מע פֿאַרשטייט ניט ווי עס געהער צו זײַן דאָס ייִדישע לעבן אין אַמעריקע. אָבער אַרויסשטעלן די פֿאָדערונג איז אַ סך גרינגער, ווי דורכפֿירן זי. אונדזערע ייִדישע פֿאָרשער זײַנען צום גרעסטן טייל מיט זייער אויסבילדונג, מיט זייערע אינטערעסן און מיט זייער האַרץ נאָך פֿאַרבונדן מיט דער אַלטער היים אַפֿילו ווען זיי זיצן שוין יאָרנלאַנג דאָ אין לאַנד. נײַע קרעפֿטן קומען ניט צו אַזוי גיך, ווי מע וואָלט וועלן. און פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס אין “גוייִשער” פֿאָרשונג האָבן זיי זיך אויסגעצייכנט, נאָר דאָס ייִדישע לעבן הייבן זיי ניט אָן צו קענען. מע דאַרף דעריבער שלום מאַכן מיטן געדאַנק, אַז דערגרייכן דעם ציל פֿון פֿאָרשן דאָס ייִדישע לעבן אין אַמעריקע קען מען נאָר צוביסלעך.
אָבער מיר האָבן שוין אָנגעהויבן. עס איז געווען געדרוקט אַ גרעסערע אָפּהאַנדלונג וועגן דעם סאָציאַלן כאַראַקטער פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום. און גראָד איצט האַלט זיך אין פֿונאַנדערוויקלען אַן אינטערעסאַנטע דיסקוסיע אַרום דעם. געווען אַ ברייט-אינפֿאָרמירנדיקער אַרטיקל וועגן דער ייִדישער יוגנט אין אַמעריקע. געווען אַן אויספֿאָרשונג וועגן דעם אָנטייל פֿון ייִדן אין פֿאַרשיידענע פּרנסות אין קאָנעטיקוט סטייט. אין דעם נומער, וואָס איז אַרויס גראָד די טעג, איז אָפּגעדרוקט אַ גרויסע אַרבעט וועגן דער ייִדישער פּרעסע אין אַמעריקע פֿאַר די לעצטע פֿערציק יאָר, וווּ עס איז צום ערשטן מאָל אויסגענוצט אַ רײַכע סטאַטיסטיק.
וועגן דער ייִדישער שפּראַך אין אַמעריקע זײַנען געווען אַ סך אַרטיקלען און נאָטיצן אין אַ צווייטן זשורנאַל, וואָס דער אינסטיטוט גיט אַרויס. דאָס איז דער זשורנאַל “ייִדישע שפּראַך”. ביז איצט זײַנען אַרויס 192 זײַטן, זעקס נומערן. דער זשורנאַל לאָזט זיך ניט אַרײַן צו פֿיל אין היסטאָרישע פֿאָרשונגען וועגן ייִדיש, און בכלל גיט ער זיך ניט אָפּ מיט ספּעציאַליסטישע איינצלהייטן. דערויף זײַנען פֿאַראַן די “ייִוואָ-בלעטער” און אַ נײַער באַנד “פֿילאָלאָגישע שריפֿטן”, וואָס מע האָט שוין גענומען גרייטן. די “ייִדישע שפּראַך” גיט זיך אָפּ מיט ענינים פֿון ייִדישן סטיל, פֿון ייִדישער גראַמאַטיק. זי פּרוּווט פֿאַרענטפֿערן ווי אַזוי מען זאָל איבערגעבן אויף ייִדיש די טערמינען פֿון לופֿט-פֿליִערײַ, ווען מע דאַרף זאָגן “מיר” און ווען “מיך”, וואָסערע ענגלישע ווערטער עס קענען יאָ אָנגיין אין ייִדיש און וואָסערע עס איז בעסער ניט צו נוצן. קורץ פֿון דער זאַך, דאָס איז אַ זשורנאַל פֿאַר יעדן איינעם, וואָס רעדט און שרײַבט ייִדיש. דעריבער האָט ער אויסגענומען בײַם עולם. פֿאַראַן שוין אַבאָנענטן אין די הויכע הונדערטער.
מיר האָבן אַ באַשלוס וועגן אַרויסגעבן נאָך אַ דריטן זשורנאַל, און מיר פֿאַרהאָפֿן, אַז הײַנטיקס יאָר וועלן מיר דאָס שוין קענען מאַכן. ער דאַרף הייסן “ייִדישע וויסנשאַפֿט” און דאַרף געבן סיסטעמאַטישע באַריכטן וועגן דער טעטיקייט פֿון ייִוואָ גופֿא און פֿון אַלע אַנדערע ייִדישע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס אַלץ איינס אין וואָסער לאַנד און אַלץ איינס אין וואָסער שפּראַך זיי אַרבעטן. מיר ווייסן, אַז אַ סך מענטשן קוקן שוין אַרויס אויף דעם זשורנאַל, ווײַל ביז הײַנט איז אַזוינס נאָך ניטאָ אויף קיין שפּראַך. מיר האָבן דאָס געפּלאַנט אין ווילנע ערבֿ דער מלחמה. איצט דאַרף דאָס פֿאַרווירקלעכט ווערן אין ניו-יאָרק. (אין סעפּטעמבער 1943 איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿון “ידיעות פֿון ייִוואָ” — ג.ע.)
אַ חוץ זשורנאַלן, קומען מיר צו דער קאָנפֿערענץ מיט ביכער אויך. דרײַ ביכער האָט דער אינסטיטוט אָקערשט אַרויסגעגעבן, צוזאַמען טויזנט זײַטן. איינס איז אַ פֿאָרשונג פֿון דר. רפֿאל מאַלער “דער קאַמף צווישן השׂכּלה און חסידות”. דאָ איז צונויפֿגענומען אַ מאַסע מאַטעריאַל פֿון ווינציק-באַקאַנטער ליטעראַטור און אויך פֿון די לעמבערגער רעגירונגס-אַרכיוון, וואָס ווער ווייסט, צי עס איז נאָך עפּעס פֿון זיי איבערגעבליבן הײַנט. די אַנדערע צוויי ביכער זײַנען צוויי טיילן פֿון אַ ווערק “ייִדן אין פֿראַנקרײַך”, אונטער דער רעדאַקציע פֿון א. טשעריקאָווער. דאָס בוך (דאַמאָלסט האָט עס געדאַרפֿט זײַן איין באַנד) האָט געזאָלט אַרויסגעגעבן ווערן פֿון דעם פּאַריזער “ייִוואָ-קאָמיטעט”. דער חורבן פֿון פֿראַנקרײַך האָט דאָס אָפּגעהאַלטן. אָבער דער רעדאַקטאָר האָט אַראָפּגעראַטעוועט די מאַנוסקריפּטן אַהער, עס זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן נאָך נײַע אַרבעטן, און אָט האָבן מיר העכער זעקס הונדערט זײַטן פֿאָרשונגען און דאָקומענטן וועגן דעם ייִדישן לעבן אין פֿראַנקרײַך, וואָס ניט נאָר אין ייִדיש, נאָר אַפֿילו אין פֿראַנצויזיש איז אַזוינס נאָך ניטאָ. איר האָט דאָ אַרבעטן וועגן דעם קאַמף אַרום ייִדישע רעכט בשעת דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע, וועגן ייִדן אין דער רעוואָלוציע פֿון 1848, וועגן דעם ייִדישן אָנטייל אין דער [פּאַריזער] קאָמונע, נײַע מאַטעריאַלן וועגן דעם דרײַפֿוס-פּראָצעס, און נאָך אַ סך אַנדערע זאַכן. און די אַרטיקלען זײַנען געשריבן אַזוי, אַז יעדער אינטעליגענטער מענטש קען זיי פֿאַרשטיין.
פֿון די ביכער, וואָס זײַנען אָנגעמערקט אויף 1942, וועל איך דערמאָנען נאָר איינס: דאָס איז די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג אין אַמעריקע, פֿון די אָנהייבן ביז דער איצטיקער צײַט. דאָס וועט זײַן אַ ווערק אין דרײַ בענד, צו 500 זײַטן אין יעדערן. דער ערשטער באַנד — ער דערגייט ביז דעם יאָר 1900 — איז פֿאַרטיק צום דרוק, און אויך פֿאַר די ווײַטערדיקע טיילן איז שוין צוגעגרייט אַ היפּשער מאַטעריאַל. עס איז ניט שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַזאַ זאַך פֿאָדערט גרויסע אויסגאַבן. זי וועט קענען צו שטאַנד קומען אַ דאַנק דער אונטערשטיצונג פֿון די יוניאָנס. (צוויי בענד “געשיכטע פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן”, זײַנען אַרויס אין 1943 — ג.ע.)
אָבער דער ייִוואָ איז ניט נאָר אַ ביכער-פֿאַרלאַג. אפֿשר נאָך וויכטיקער ווי די ביכער און זשורנאַלן איז די אינעווייניקסטע פֿאָרשונג-אַרבעט, וואָס וועט דערגיין צום עולם נאָך ערשט אין אַ צײַט אַרום. עס ווערן צוגעגרייט אויספֿאָרשונגען וועגן דער ייִדישער יוגנט אין אמעריקע, וועגן די צילן, אידעאַלן און אויפֿטוּונגען פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן, וועגן דעם ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין ניו-יאָרק, וועגן צוויי-שפּראַכיקייט אין ייִדישע היימען. אין גיכן וועלן מיר קענען וועגן דעם מעלדן מער איינצלהייטן. דערווײַל וויל איך פֿאַרענדיקן מיט אַ צווײַג, וואָס איר ציל איז אויסצובילדן יונגע קאָלעדזש-גראַדויִרטע אין ייִדישע וויסנשאַפֿטן, יעדערן לויט זײַן ספּעציאַליטעט.
אין אַלגעמיינע אוניווערסיטעטן אינטערעסירט מען זיך מיטן ייִדישן לעבן גאַנץ ווינציק. קען זיך טרעפֿן, אַז אַ מענטש זאָל גלענצנד ענדיקן אַן אוניווערסיטעט אין עקאָנאָמיק אָדער אין פּסיכאָלאָגיע און זאָל ניט וויסן דאָס מינדסטע וועגן ייִדישער עקאָנאָמיק אָדער וועגן ייִדישער פּסיכאָלאָגיע. פֿון זיך אַליין דערגייט מען שווער. בעסער איז, אַז מע לערנט סיסטעמאַטיש. דאָס איז געווען דער געדאַנק פֿון דער אָפּטיילונג פֿאַר קאָלעדזש-גראַדויִרטע, וואָס דער ייִוואָ האָט געשאַפֿן אין ווילנע נאָך אין 1935. די סטודענטן האָבן באַקומען געלט-שטיצע, כּדי זיי זאָלן זיך קענען מיט אַ פֿרײַערן קאָפּ אַרײַנטאָן אין שטודירן.
באַלד ווי מיר האָבן אַוועקגעשטעלט די אַרבעט אין ניו-יאָרק, האָבן מיר אויך געעפֿנט אָט די אָפּטיילונג. דאָס ערשטע יאָר האָבן מיר געהאַט נײַן סטודענטן. הײַנטיקס יאָר האָבן מיר שוין אַרום פֿופֿצן סטודענטן. געמאָלדן האָבן מיר מער, און טייל פֿון זיי וואָלטן מיר געקענט צונעמען אויך. אָבער מיר גיבן דאָ אויך געלט-שטיצע — סטיפּענדיעס. אַ סטיפּענדיע באַטרעפֿט דרײַ הונדערט דאָלאַר אַ יאָר — און אונדזערע מיטלען זײַנען נאָך דערווײַל זייער קליינע. דער גרעסטער טייל פֿון די סטודענטן זײַנען געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע אָדער דורכגעגאַנגען די אַמעריקאַנער בילדונגס-סיסטעם. יעדער סטודענט באַאַרבעט אַ טעמע פֿון זײַן ספּעציאַליטעט אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אינסטיטוט. אַ סך טעמעס האָבן אַ פֿאַרבינדונג מיט אַמעריקע. טייל סטודענטן וועלן צום סוף פֿון הײַנטיקן טערמין, אָנהייב זומער, שוין האָבן פֿאַרטיק גרעסערע אויספֿאָרשונגען.
מיט דער צײַט, רעכענען מיר, וועט זיך די אָפּטיילונג פֿונאַנדערוואַקסן אין אַ ייִדישן קאָלעדזש, וווּ פֿעיִקע ייִדישע יונגע לײַט מיט אַן אינטערעס פֿאַר פּראָבלעמען פֿון ייִדישן לעבן וועלן זיך קענען צוגרייטן צו וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט. דאָס וועט בײַ זיי געדויערן עטלעכע יאָר. די ספּעציעל פֿעיִקע וועלן דערנאָך קענען אָנהייבן טאָן, אונטער דער געהעריקער אָנפֿירונג, כּמעט אַ זעלבסטשטענדיקע פֿאָרשערישע אַרבעט.
ווען מע האָט אָנגעהויבן רעדן וועגן דעם, אַז אַמעריקע זאָל ווערן דער צענטער פֿון ייִוואָ, האָט זיך מסתּמא קיינער ניט אויסגעמאָלט, אַז די מלחמה וועט זיך אַזוי פֿאַרציִען. איצט זעט שוין יעדערער, אַז צום סוף איז נאָך זייער ווײַט. אַזוי לאַנג ווי די מלחמה געדויערט, וועט דער צענטער פֿון ייִוואָ געוויס זײַן דאָ. און אַהער וועלן זיך ציִען די פֿעדעם פֿון אַלע צווײַג-אָרגאַניזאַציעס און פֿון איינציקע מיטאַרבעטער אין אַרגענטינע, אין ארץ-ישׂראל, אין ענגלאַנד און אין אַלע אַנדערע לענדער, וווּהין מע קען נאָך גרייכן.
וואָס נאָך דער מלחמה וועט זײַן, ווייסט קיינער ניט. מיר ווילן דאָך אַלע זײַן זיכער, אַז דאָס אייראָפּעיִשע ייִדנטום וועט זיך ווידער אַוועקשטעלן אויף די פֿיס. און נאָך דער שרעקלעכער פּײַן און צעשטערונג וועט מען אַוודאי דאַרפֿן די הילף פֿון פֿאָרשונג בײַם צוריק אויפֿבויען דאָס ייִדישע לעבן. עס איז נאָך צו פֿרי איצטער צו פֿאַרנעמען זיך מיט דער פֿראַגע, וווּ עס וועט דעמאָלט זײַן דער צענטער פֿון ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט. אָבער אין איין זאַך מעגן מיר זײַן זיכער: איינער פֿון די צענטערס פֿון אינסטיטוט וועט געוויס זײַן און בלײַבן אין ניו-יאָרק. ווײַל כּל-זמן דאָ אין לאַנד וועט זײַן אַ ייִדיש לעבן, וועט זײַן אַ באַדערפֿעניש אויסצופֿאָרשן דאָס ייִדישע לעבן. און דאָס איז דאָך דער ציל פֿון ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט.
No comments yet. You should be kind and add one!
The comments are closed.