Boris Sandler: Thoughts on His Creative Work

Misha Lev celebrates Boris Sandler’s 30 years of work in the field of Yiddish letters with this biographical and literary appraisal covering everything from his early work with the Soviet Yiddish revivalist journal “Sovetish Heymland” to his first novel “Steps Leading Up to a Miracle”, to his most recent works including “Stones Don’t Bear Witness”, a historical novel on the Keshenev Pogrom of 1903, and Red Shoes for Rachel, a psychological novel.

 

באָריס סאַנדלער — אײניקע געדאַנקען װעגן זײַן שאַפֿונג

פֿון מישע לעװ (ישׂראל)

לעבעדיקע פֿאַרגאַנגענהײט…

ס׳איז פֿאַר קײנעם קײן סוד ניט, אַז דאָס לעבן האַלט זיך אין אײן ענדערן, נאָר די קײט פֿון קונסט בלײַבט אייביק. באָריס סאַנדלער איז פֿאַרבליבן געטרײַ אונדזערע פֿאָרגייער, און אין דער זעלבער צײַט, איז ער אַ מאָדערנער שרײַבער, אין ריטעם פֿונעם הײַנטיקן טאָג. עס לאָזט זיך נאָך אַזױ זאָגן: פֿאַר די יאָרן װאָס איך קען אים, איז ער פֿאַרבליבן דער זעלבער און אײנצײַטיק געוואָרן אַן אַנדערער.

אונדזער פּען־קאָלעגע איז שױן טאַקע ניט קײן יונגער־מאַן, נאָר ער, װאָס איז שױן באַגליקט מיט דרײַ פֿײַנע אײניקלעך, האַלט ערשט בײַם אָנהײב פֿון פֿאַרעלטערן זיך. װי דען אַנדערש, אױב ער איז איבערגעפֿילט מיט שאַפֿונגס־כּוח. זײַנע װאָגיקע װערק װאָס נעמען אַרום אַ שלל פֿון טעמעס און מאָטיװן, זײַנען רײַך מיט מענטשלעכע כאַראַקטערן (צו מאָל אַ נײַער, פֿריִער אונדז ניט באַקאַנטער טיפּאַזש), פּסיכאָלאָגישע קאָליזיעס און נאָך מעלות, וואָס אַ דאַנק זיי האָט ער זיך שױן דערװאָרבן אַ ביז גאָר אָנגעזעענע פּאָזיציע אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

מײַן פּרוּװ כאָטש טײלװײַז באַלײַכטן סאַנדלערס שטײַגן אױף דעם דערנערדיקן שרײַבערישן לײטער װעל איך אָנהײבן פֿון אַ צוריקבליק צו דעם פֿאַרהעלטנישמעסיק לאַנג־פֿאַרבאָרגענעם ערשטן טרעפּל. ס׳הײסט, פֿון װאַנען קומט ער און מיט װאָס האָט ער זיך באַשעפֿטיקט נאָך ביז דעם, װי ער האָט זיך גענומען פֿאַר דער פּען. דורך די צענדליקער יאָרן האָט סאַנדלער פֿאַרהיט די װאַרעמקײט צו זײַן הײמשטאָט בעלץ, פֿון װאַנען ער, מיט זײַן צוגעבונדנקײט צו אײַנגעװאָרצלטער ייִדישער טראַדיציע, האָט פֿאַרהיט און מיטגעבראַכט אַ ביז גאָר היפּשן באַגאַזש.

זאָל דאָ נאָך אָפּגעמערקט װערן, אַז אין געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז בעלץ, װוּ ס׳האָבן געװױנט אַרום 15 טױזנט ייִדן, געװען אַן אױסנאַם־שטאָט מיט פֿיל שטריכן פֿון אַ פֿאַרװאָרצלט נאַציאָנאַל פֿאָלקסלעבן. די פֿינף ייִדישע שולן, וואָס האָבן עקזיסטירט פֿאַר דער מלחמה, האָט מען פֿאַרמאַכט, נאָר אױסמעקן זײ פֿון זכּרון האָט זיך ניט אײַנגעגעבן.

שױן גלײַך בײַם בראשית פֿון זײַן אָנהײבן ניט נאָר דערצײלן, נאָר אױך שילדערן, האָט סאַנדלער זיך אָפֿט באַנוצט מיט “רײַזעס” צוריק אין זײַן קינדהײט, צו יענע געשטאַלטן און נשמה־לאַנדשאַפֿטן. פֿון אַלץ איז געװען אײַנצוזען, װי ער נערט זיך מיט די װערטן פֿון יענע ד׳ אַמותן, זעצט פֿאָר אָטעמען מיט יענער הײמישער בעלצער לופֿט. קלאָר, אַז װאָס װײַטער, אַלץ מער שפּרײַזט ער אַריבער די גרענעצן, נאָר אין אַ געװיסער מאָס פֿאַרבלײַבט עס אַ װיכטיקער יסוד פֿון זײַן שעפֿערישן װעג. ער איז געװען און פֿאַרבליבן אַ טײל פֿון דעם בעסאַראַבער ייִדישן שבֿט.

אױך זײַנע ערשטע שרײַבערישע לערער זײַנען געװען זײַנע זײדעס, באָבעס, זײַנע טאַטע־מאַמע. איך װײס עס, װײַל באַשריבן האָט ער זײ אַזױ, אַז איך זע און הער זײ װי לעבעדיקע. מיט סאַנדלערס מאַמען, געניע, מיט איר גאָר ניט פּשוטע, קלוגע רײד, מיט איר מחיהדיקן, מלא־טעם ייִדיש בין איך גוט באַקאַנט. בײַ איר, דאַכט זיך מיר, האָט ער גענאַשט מער װי בײַ עמעצן אַנדערש. ער רעדט אין דער שפּראַך פֿון זײַן מאַמע געניע.

דער ליטעראַטור־קריטיקער, דראַמאַטורג, דערצײלער, יחזקאל דאָברושין האָט אונדז, יונגװאַרג, מיטגלידער פֿון אַ ליטעראַטן־קרײַז, שטילערהײט דערצײלט, װי אונדזערע שרײַבער, װאָס זײַנען שױן אױף דער װעלט ניטאָ, האָבן געװוּסט און באַשריבן די אױסגעשניצטע אָרון־קודשן, אױסגעקריצטע מצבֿות, באַלעמערס, הגדות, פּסחדיקע בעכערס, חנוכּה־לעמפּלעך, חנוכּה־דרײדלעך, פּורים־גראַגערס. צום סוף, האָט אונדז דער מדריך ניט פֿאַרגעסן צו װאָרענען, אַז מיר דאַרפֿן עס ניט. גײן אין שיל זיך אײַנקוקן אין די אָרון־קודשן, אָדער אין די הגדות — מען דאַרף ניט; נאָר אַ ייִדישן שרײַבער שטערט ניט אױך אַזױנס צו װיסן. סאַנדלער האָט אױך אַזאַ ירושה איבערגענומען און װײסט זי װי אױסצונוצן.

*   *   *

אין 1981 האָט “סאָװעטיש הײמלאַנד” פֿאַרעפֿנטלעכט באָריס סאַנדלערס ערשטע דרײַ דערציילונגען. איך האָב זײ געלײענט פֿאַר דעם װי זײ האָבן אָנגעטראָפֿן אין רעדאַקציע און ניט באַמערקט, אַז אױסער דעם קאָרעקטאָר זאָל עמעצער געװען צולײגן אַ שטאַרקע האַנט. צי האָט מען אין די דרײַ קליינע זאַכן שױן געקענט אײַנזען עכטן טאַלאַנט, איז ניט אַזױ לײַכט צו ענטפֿערן. דערצו װײסן מיר מחברים פֿון ערשטע ביז גאָר געלונגענע פּראָזע־װערק, לידער און — או־װאַ, בײַ דעם זײַנען זײ פֿאַרבליבן. מען האָט פֿאָרגעזעצט שרײַבן, זיך דרוקן, נאָר ס׳האָט ניט געפֿידלט.

װאָס יאָ? דער אָנפֿאַנגישער פּעריאָד, װאָס איז אײגנטימלעך יעדן װאָס טרױמט צו װערן אַ שרײַבער, האָט בײַ סאַנדלערן פֿאַרנומען ביז גאָר װײניק צײַט. זײַנע טרױמען לאָזן זיך ניט אױסלעשן. דעם אײנציקן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד ייִדישן ליטעראַריש־קינסטלערישן זשורנאַל “פֿאַרװאַרפֿט” ער מיט זײַנע דערצײלונגען, װאָס לאָזן זיך ניט אָפּרוקן אױף שפּעטער (דאַן איז נאָך זײַן פּובליציסטישע יצירה ניט געװען אָנגעצײכנט). אין יענעם “האָניק־פּעריאָד” איז צװישן אונדז בײדע געקומען אַ נאָענטע װאַרעמקײט. אַזױ דערמאָנען זיך מיר אונדזערע פֿאַרצױגענע נשמה־שמועסן, װען באָריס איז געװען מײַן נאַכטגאַסט. איך, אױף מײַן דיװאַן, װוּ אַ דינע זינגעװדיקע פּרוזשינע האָט זיך געלאָזט הערן, און באָריס אױף אַ שמאָל און קורץ צעלײגבעטל, פֿון װאַנען ס׳האָבן אױסגעסטאַרטשעט זײַנע נאַקעטע פֿיס.

אַ לענגערע צײַט זײַנען מיר געװען אין אַ העפֿטיקן בריװ־אױסטױש. הײַנט געפֿינען זיך זײַנע בריװ צו מיר אין תּל־אָבֿיבֿער שרײַבערישן אַרכיװ־צענטער “גנזים”, װאָס פֿאַרנעמט זיך מיט פֿאָרשן די געשיכטע פֿון דער העברעיִשער און טײלװײַז אױך מיט דער ייִדישער ליטעראַטור.

ניט קײן שטאַמלענדיקער, אַן אײַנגעשפּאַרטער, שטענדיק אַן אָנגעלאָדענער אין דער אַרבעט, אַזאַ איז ער שױן דאַן געװען און אַזאַ איז ער ביז הײַנט פֿאַרבליבן. זײַנס האָט ער זיך אין גיכן דערשלאָגן. אין מאָסקװע, אין אַלפֿאַרבאַנדישן פֿאַרלאַג פֿון סאָװעטישע שרײַבער (Советский писатель), דערשײַנט אין 1986 זײַן פּראָזע־ערשטלינג “טרעפּלעך אַרױף צו אַ נס”. צװײ אָנגעזעענע שרײַבער, װאָס האָבן רעצענזירט דעם מאַנוסקריפּט, האָבן כּמעט מיט אײנע און די זעלבע װערטער אונטערגעשטראָכן, אַז דאָס בוך װעט רעפּרעזענטירן דעם מחבר און די ייִדישע ליטעראַטור אױף אַ גוטן אופֿן. דאָס האָט ניט געשטערט אײגענע “פֿרײַנד” צו מאַכן אַ פּרוּװ באַגראָבן דעם בוך, נאָך איידער עס װעט דערזען די ליכטיקע װעלט. די סיבה? אַרױסגעװיזענע סימפּאַטיע צו ארץ־ישׂראל.

מיט אַ מחבר פֿון אַן ערשט בוך טרעפֿט אַזױנס זעלטן, אָבער װי נאָר “טרעפּלעך אַרױף צו אַ נס” איז דערשינען אין ייִדיש, כּמעט אין דער זעלבער צײַט, איז דאָס בוך אײַנגעשלאָסן געװאָרן אין פּלאַן פֿון רעדאַקציאָנעלער צוגרײטונג, עס אַרויסצולאָזן אין דער רוסישער איבערזעצונג. צװישן די מיטגלידער פֿון דער פֿאַרלאַג־פֿאַרװאַלטונג (דאָס זײַנען געװען פֿאָרשטײער פֿון די רעפּובליקאַנישע שרײַבער־אָרגאַניזאַציעס) האָבן זיך אױסגעזוכט קעגנער פֿון אַזאַ פּריווילעגיע. דער הױפּט־פֿאַרטײדיקער איז בפֿירוש געװען דער אַזערבײַדזשאַנער שרײַבער טשינגיז גוסײנאָװ, פּראָפֿעסאָר פֿונעם מאָסקװער ליטעראַרישן אינסטיטוט.

דאָס בוך אין דער רוסישער איבערזעצונג “Ступени к чуду” איז דערשינען אין 1988. לױט די הײַנטיקע מאָסן איז דער טיראַזש געװען אַן אומגעהעריקער — 30 טויזנט קאָפּיעס; און איז אױספֿאַרקױפֿט געװאָרן במשך פֿון עטלעכע וואָכן.

עלעמענטאַרע אמתן, װעלכע איך װאָלט אױך געקענט פֿאַרבײַגײן. װען בײַ מיר, אַ געװעזענעם רעדאַקטאָר אין דעם זעלבן פֿאַרלאַג, זאָל מען פֿרעגן, צי לאָזט זיך אַזאַ שרײַבעריש גליק דערקלערן בלױז מיט דער מאָס פֿון טאַלאַנט, װאָלט איך אפֿשר צוגעגעבן: דערצו נאָך דאַרף מען אַמװײניקסטן ניט זײַן קײן מלופּן־קינד, קײן ניונקעלע. מען דאַרף זײַן אין זיך זיכער און זיך קענען דערשלאָגן, װאָס דיר קומט.

יחיאל שרײַבמאַנס אָנװײַזונגען, געגעבן פֿון האַרצן מיט אַ ברײטער האַנט, פֿון אַ לערער און פֿאַרערער, װי מיט גרױס מײַסטערשאַפֿט שלײַפֿן און פֿײַלן יעדער שורה, יעדעס װאָרט, איז ניט צום איבערשאַצן. אַ דאַנק אים, האָט סאַנדלער מיט טיפֿן גלײבן אין זײַן שליחות מיט התמדה פֿאַרטיפֿט זײַן טאַלאַנט און באַזונדערס זײַן ליטעראַריש װיסן; דאָך האָט זיך נאָך פֿאַר אַן עכטן שאַפֿער געפֿאָדערט אַ װײַטערגאַנג — געװען זײַנען דאָס די צװײ־יאָריקע קורסן פֿאַר ייִדישע רעדאַקטאָרן בײַם מאָסקװער ליטעראַרישן אינסטיטוט.

אַ װיכטיקער אױפֿטו.

אױב נעמען דאָס אַלץ אין באַטראַכט, באַקומט זיך, אַז אינעם אַרײַנפֿלעכט פֿון אַ שאַרף־קינסטלעריש אױג, כּדי אַרײַנצודרינגען אין די נשמות און אױפֿדעקן די פּסיכאָלאָגיע פֿון די געמאָלטע העלדן, מיט אַ צוגאָב פֿון פֿעיִקײט צו פֿילן דאָס לעבן און גורל פֿון אַ פֿאַרגאַנגענעם דור, װאָס ער האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך פֿון זײַנע אָבֿות, — איז די מעגלעכקײט צו שטודירן ייִדיש אין אַ ספּעציעלן מלוכישן ליטעראַרישן אינסטיטוט געווען אין יענע צײַטן אַן אומגעהערט מזל. נאַטירלעך, אַז דאָס האָט באַדאַרפֿט מיטװירקן אױפֿן שרײַבערישן דערפֿאָלג.

אױף די זעלבע ייִדיש־קורסן האָבן געלערנט אונדזערע הײַנט־באַװוּסטע דיכטער לעװ בערינסקי, װעלװל טשערנין, משה לעמסטער און דער טאַלאַנטירטער, אױסגעשפּראָכענער ליטעראַטור־פֿאָרשער מיכאל קרוטיקאָװ. גוט איז, װאָס זײ שטײט נאָך פֿאָר אַ היפּשער באַרג־אַרױף. עס בעט זיך נאָך צוגעבן, אַז אױך אָן די ייִדיש־קורסן זײַנען אין יענע יאָרן (װער פֿריִער, װער שפּעטער) אין אונדזער ליטעראַטור צוגעקומען אַזױנע ביז גאָר טאַלאַנטפֿולע דיכטער און פּראָזאַיִקער, װי אַלכּסנדר בעלאָוסאָװ און מיכאל פֿעלזענבאַום.

באָריס סאַנדלער האָט שױן מער די פּען פֿון האַנט ניט אַרױסגעלאָזט. אַז ער איז אויף אַן אמת אַ שרײַבער האָט מען אים אױך פֿריִער ניט באַדאַרפֿט אײַנרײדן; זעלבשטענדיקײט האָט אים קײן מאָל ניט אױסגעפֿעלט. ער האָט מיט דערפֿאָלג גענומען װײַטער שטײַגן אױף די טרעפּלעך פֿון קינסטלערישן שאַפֿן. דערװײַזן, אַז אַזױ איז טאַקע געװען, װאָלט פֿאַרנומען צו פֿיל אָרט און איך האָב דאָך בדעה צו פּרוּװן אים פֿאָרצושטעלן אויך אין אַנדערע זײַנע מעסטונגען.

איז אָט: מיט אַ מאָל, יאָ מיט אַ מאָל, װײַל פֿאַר דער איבערװעגנדיקער מערהײט האָט זיך אין געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אָנגעהױבן די “פּערעסטרױקע” אומגעריכט. דאָס זײַנען געװען טעג מיט גרױסע האָפֿענונגען, װען אַלץ האָט איבערראַשט און פֿיל האָט אַנטציקט. װי דען אַנדערש, אױב דער מאָרגנדיקער טאָג האָט באַדאַרפֿט אױפֿהערן גײן מיטן אַלטן דערנערדיקן װעג; אַז דער װעג קײן ארץ־ישׂראל איז אָפֿן — איז בײַם אָנהייב אױך שװער געװען צו גלײבן. ס׳איז געװען טומלדיק, רעשיק. בײַ װעמען דער קאָפּ האָט זיך אױפֿגעניכטערט און, פֿאַרקלערנדיק זיך, גענומען זינקען אין דעם שרעקלעך־פֿאַרגאַנגענעם און, דאַנק דיר גאָט, פֿאַרלױרענעם עבֿר…

אין די שטורעמדיקע טעג האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז באָריס סאַנדלער איז אױך באַשאָנקען מיט אַ הײסן געזעלשאַפֿטלעכן טעמפּעראַמענט, װאָס פֿריִער האָט זיך געקענט אױסדאַכטן, אַז ער איז צו דעם גלײַכגילטיק. אַװעק איז ער מיט זײַן אײגענעם, אים אײגנטימלעכן װעג, אײַנשליסנדיק די זשורנאַליסטיש־פּובליציסטישע טעטיקײט.

נאָך אין 1989 גרינדעט ער בײַ דער מאָלדאַװישער רעפּובליקאַנישער טעלעװיזיע אַ ספּעציעלע ייִדישע פּראָגראַם “אױף דער ייִדישער גאַס”. אָפּגעטאָן אײן װיכטיקע אַרבעט און גלײַך גענומען שאַפֿן אין שטאָט אַ ייִדישע ביבליאָטעק א”נ פֿון איציק מאַנגער; און נאָך אַן עול אױף די פּלײצעס — רעדאַקטירן דעם ייִדישן טײל פֿון דער צװײ־שפּראַכיקער צײַטונג “אונדזער קול”. דערצו נאָך די געשאַפֿענע סצענאַרן פֿאַר די פֿילמען “גיב זיך ניט אונטער, ייִדיש” (1991) און “װוּ איז מײַן הײם” (1992). פֿון דאַנען דער אױספֿיר — ער קען זײַן אַקטיוו אין איין צײַט אויף פֿאַרשיידענע פֿעלדער פֿון שאַפֿערישקייט — און אַזוי ביז הײַנט צו טאָג, װען ער איז שױן אין די רײַפֿע יאָרן.

ס׳װעט ניט זײַן, מײן איך, קײן אָפּװײַכונג פֿון אונדזער שמועס, אױב כ׳װעל אין דעם אָרט זאָגן: שרײַבערישע מי איז אַ טועכץ װאָס לאָזט ניט רוען ניט בײַ טאָג, ניט בײַ נאַכט, צי איז עס װאָכעדיקע אָדער יום־טובֿדיקע טעג. ס׳איז אַ מעכטיק געפֿיל, װאָס געװעלטיקט איבער דיר, צו מאָל אַפֿילו קעגן דײַן װילן.

*   *   *

קײן ישׂראל, װאָס איז אױך נאָך ניט געװאָרן זײַן באַשטענדיקע הײם, איז סאַנדלער, מיט זײַן גאַנצער משפּחה, געקומען אין 1992. דאַן איז ער געװען אין סאַמע בלי פֿון זײַנע שאַפֿערישע כּוחות. זײַן פּראָזע װאָס האַלט זיך אין אײן פֿאַרפֿײַנערן און פֿאַרטיפֿערן, רופֿט אַרױס עמאָציעס, װאָס עכטע קונסט דאַרף אַרױסרופֿן. די בעסטע דערצײלונגען זײַנען סײַ פּשוטעדיק, סײַ ראַפֿינירט. צו זײַן עולה זײַן גייט אין ירושלים אַרויס זײַן פֿאָרש־אַרבעט “דער ענין נומער 5390”, מיטן אַרײַנפֿירוואָרט פֿון יוסף קערלער. סאַנדלער דרוקט זיך אין אַ רײ זשורנאַלן און צײַטונגען אין פֿאַרשײדענע לענדער, לײענט לעקציעס. אין ירושלימער אוניװערסיטעט באַאַרבעט ער די ייִדישע פּעריאָדישע פּרעסע, װאָס איז דערשינען צווישן ביידע וועלט־מלחמות. עס איז ניט קײן צופֿאַל, װאָס גאָר אין גיכן פֿירט ער אָן מיטן תּל־אָבֿיבֿער “לײװיק־פֿאַרלאַג”. אָבער פֿריִער פֿאַר אַלץ דאַרף אָפּגעמערקט װערן דער רײַך־אילוסטרירטער און ביז גאָר געלונגענער ייִדישער זשורנאַל פֿאַר קלײן און גרױס “קינד־און־קײט”.

װילט איר, קען מען פֿרעגן: רבותי, מה רעש? װאָס איז עס צום ערשטן מאָל, װען בײַ אונדז װערט אַרױסגעלאָזט אַ קינדער־זשורנאַל? אָט װער ס׳װעט, מײן איך, בעסער פֿאַר מיר, ענטפֿערן אױף דער פֿראַגע, ס׳איז כּדאַי. די פּען אַלײן  בעט זיך צו דערמאָנען:

פּראָפֿ׳ דבֿ נױ (העברעיִשער אוניװערסיטעט, ירושלים):

“קינד־און־קײט” איז אַ יום־טובֿ ניט נאָר פֿאַר די ליבהאָבער פֿון ייִדיש, פֿאַר װעלכע די ייִדיש־אַשכּנזישע קולטור־ירושה איז אַ נאַטירלעכער טײל פֿון זײער “איך”, נאָר אױך פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק בכלל.

פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק בכלל — װײַל דער נײַער ישׂראלדיקער קינדער־זשורנאַל סימבאָליזירט דאָס אױפֿלעבן אין זײער אײגענער הײם פֿון צענדליקער ייִדישע קינדער־צײַטונגען, װעלכע האָבן פֿאַרן חורבן דערפֿרײט און געקװיקט די ייִדישע נשמות — גרױס און קלײן, רײַך און אָרעם, טאַקע קינד־און־קײט אױף דער גאָרער װעלט.

אין אַ פּראַכט־אױסגאַבע, װאָס איז ביז הײַנט אַ פֿאַרגעניגן צו נעמען אין די הענט אַרײַן איז אײנצײַטיק אין ירושלים דערשינען איציק קיפּניסעס “ייִדישע מעשׂהלעך”. װי װײַט און גוט דער זשורנאַל “קינד־און־קײט” װאָלט זיך פֿאַרקליבן, קען מען בלױז קלערן, נאָר איצט איז עס, לײדער, ניט מער װי אַ קערנדל פֿון אונדזער ליטעראַרישער געשיכטע. דער זשורנאַל האָט טאַקע אויפֿגעהערט אַרויסצוגיין, אָבער די זאָרג פֿאַרן ייִדישן קינד איז פֿאַרבליבן. דווקא אָט דאָס טראַכטן וועגן דעם מאָרגן פֿון ייִדיש, האָט זיך אויסגעגאָסן אין אַ נײַ ווערק — זײַנע מעשׂהלעך אין גראַמען װעגן חיות און פֿײגל — “נישט־געשטױגן, נישט־געגפֿלױגן”.

נאָך זײַענדיק אַ ישׂראל־תּושבֿ, זײַנען בײַ סאַנדלערן דערשינען נאָך צװײ ביכער: “דער אַלטער ברונעם” (תּל־אָבֿיבֿ, 1994) און “טױערן” (ירושלים, 1997). אַן אָפּרוף װעגן די דערצײלונגען האָב איך געדרוקט אין אָקספֿאָרדער “די פּען”, רעדאַגירט פֿון גענאַדי עסטרײַך. דאָס שױן אַרױסגעזאָגטע און פֿאַרעפֿנטלעכטע קלײַב איך זיך ניט איבערחזרן. הײַנט נאָך, אַז איצט װײס איך, אַז דאָס איז נאָך ניט דער הױכפּונקט פֿון זײַנע שאַפֿונגען.

לעצטנס, קוק איך װידער אַרײַן אין אַלע זײַנע שױן דערשינענע און נאָך ניט געדרוקטע װערק. זײ רופֿן אַרױס אַ שלל געדאַנקען. אַדרבא, לײענט אײַך אַלײן גוט אַרײַן און איר װעט אײַנזען, װי זײַן מײַסטערשאַפֿט אַנטפּלעקט זיך אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים. כּמעט אין יעדער דערצײלונג אינעם אױסבילדן פֿון די געשטאַלטן װערן טראַקטירט אונדזערע ספּעציפֿיש־ייִדישע פּראָבלעמען, אונדזער דורכגעלעבט לעבן מיט אַלע קאָמפּליקאַציעס. װי מיר שײַנט, איז עס בײַ אים מער װי אַ באַגלײט־מאָטיװ; ס׳איז גיכער נעענטער צו דער עצם טעמע, װאָס ער האָט אין זיך אײַנגעזױגן פֿון קינדװײַז אָן, װאָס אױב אַלײן ניט פֿאַרגעדענקט, איז גענוג זיך אָנגעלײענט, אָנגעהערט, אָנגעזען פֿון די בינע־ברעטער און עקראַן. אױסגעטראָטענע סטעזשקעס, װאָס װי זײ זאָלן ניט פֿאַרװאַקסן װערן, לאָזן זײ זיך ניט פֿאַרגעסן.

כ׳װאָלט אױך ניט געזאָגט, אַז דעם לײענער פֿירט ער גרינג אַרײַן אין דער אַטמאָספֿער פֿון דעם סיפּור־המעשׂה. צו ערשט, פּרוּװט ער אים פֿאַרנאַרן, אָדער אַ ביסעלע אײדעלער געזאָגט, פֿאַראינטריגירן. און נאָך, ניט אַלץ ברענגט ער אַרױס אין אײבערטעקסט. צו מאָל, שטערט ניט אָפּצושטעלן דאָס לײענען, אַ קלער טאָן און עס שװימט אַרױס אַן אונטערטעקסט, װאָס פֿאָדערט אַ ראַפֿינירטן לײענער.

*   *   *

מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט דער געזעגענונגס־אָװנט פֿאַר סאַנדלערס אָפּפֿאָרן קײן אַמעריקע, װוּהין ער איז אײַנגעלאַדן געװאָרן אױף אַרבעט אין “פֿאָרװערטס” — די אײנציקע ייִדישע צײַטונג מיט אַזאַ דורותדיקן המשך, װאָס סטימולירט נאָך די װאָס שאַפֿן און לײענען אין דער גאָרער ייִדישער װעלט. ניט איך אײנער האָב פֿאַרשטאַנען, אַז אַהין פֿאָרט ער ניט װי אַ גאַסט אױף אַ װײַל. און װי האָט געקענט זײַן אַנדערש, אױב אַלטע לײַט ווערן אַנטרונען און יונגע פּען־מײַסטער קומען קוים צו.

דערמאָנען מיר: בעלץ, קעשענעװ, מאָסקװע, ירושלים און װידער אַ נײַ בלעטל, אַ נײַ לעבן — ניו־יאָרק. װיפֿל איך געדענק אים — איז ער נאָר אין דער אַרבעט. די שאַפֿערישע ענערגיע האַלט בײַ אים אין אײן ברױזן. דערבײַ ניט פֿון די קרעכצנדיקע, נאָר פֿון די שטענדיק גלײבנדיקע אינעם קיום פֿון ייִדישן אות.

בײַם שרײַבן דעם מאַטעריאַל איז שױן ניט אײן מאָל אױפֿגעשװוּמען אױפֿן זינען, צי װעט עמעצער פֿון אונדזערע פּען־קאָלעגעס ניט קײן קלער טאָן, אַז איך בײג בכּיװנדיק איבער דעם שטעקן און דערלױב זיך אַרױסזאָגן צו פֿיל שבֿחים פֿאַר אַ שרײַבער, װײַל דערצו איז ער נאָך אַ גאַנצער “יאַ־טעבע־דאַם”, און טאַקע, װאָס איז ער עפּעס פֿון די מלאכים, אָן קײן שום חסרונות?

זאָרגט אײַך ניט. װער װײסט עס ניט, אַז מלאכים גײען ניט אַרום אױף דער ערד און אױב זײ לעבן איז נאָר אין סאַנדלערס ביכער. לײען איך, געװײנטלעך, נאָך ביז דעם װי ער גיט זײ אָפּ אין דרוק און ניט זעלטן טרעפֿט, װען איך װײַז אים אָן אױף ערטער, װאָס, װי מיר דאַכט, האַלטן זײ ניט אױס די פּראָבע. דאַן, טיטשע איך מיטן פֿינגער און װאָס געמײנט, דאָס געזאָגט. צי איז ער, דער מחבר, מיט מיר מסכּים, דאָס איז שױן זײַן זאַך, זײַן מחברס רעכט. אײַנזען אַן אײגענעם פֿעלער אין מאַנוסקריפּט איז גאָרניט אַזױ גרינג. ס׳איז אָבער ניט צום פֿאָרװאָרפֿן, װער רעדט שױן פֿון בײַסיקע רײד.

אַ צוגאָב: װען אונדזערע, דאַן נאָך באמת יונגע, האָבן זיך גענומען פֿאַר דער פּען, איז בײַ זײ קױם צו באַמערקן געװען די ברכה פֿון טאַלאַנט, הײַנט זײַנען זײ אונטער די ארץ־ישׂראל־הימלען און אין דער װײַטער אַמעריקע קינסטלעריש פּראָדוקטיװ. דאָס זײַנען פּראָזאַיִקער פֿון אַ היפּשן פֿאַרנעם און רעאַליזירונג, מחברים פֿון ברײטלײַװנטיקע װערק, װאָס זײַנען פֿול מיט געדאַנקען און געדענקען. עכטע דיכטער, צײַטונגס־מענטשן, וואָס מיט פּאָלעמישער פֿאַרשאַרפֿטקייט פֿאַרנעמען זיי זיך מיט וויכטיקע פֿאָרש־אַרבעטן וועגן דער ניט־לאַנג פֿאַרגאַנגענער און קלאַסישער ירושה פֿון אונדזער ליטעראַטור און קולטור. אַװדאי, װאָלט געװען אַ יושר, אַז קריטיקער, אױב דאָס ווערק פֿאַרדינט עס פּאָפּולאַריזירן, פֿאָרשטעלן אַזױ, אַז דעם לײענער זאָל זיך װעלן װאָס גיכער באַקומען אַזאַ בוך אין האַנט.

װי מאָדנע דאָס װאָלט ניט אױסגעזען פֿאַר קײן אַנדער ליטעראַטור, נאָר בײַ אונדז איז ניטאָ װער ס׳זאָל זיך מיט דעם פֿאַרנעמען. קײן קריטיקער פֿאַרמאָגן מיר ניט. װען דאָס זאָל זײַן ניט אַזױ, װאָלט איך מעגלעך זיך ניט אונטערגענומען צו שרײַבן אַ בוך עסײען “ליטעראַרישע פּאָרטרעטן”, װעגן שרײַבער און קינסטלער פֿון מײַן דור. קױם אַזױ, איז װאָס קען מען טאָן? ס׳װעט ניט האַלטן מיט משפּחהדיקײט, אויב יעדערער פֿון אונדז, שריפֿטשטעלער, װעט גערן, װי אַ װאָלונטיר, שװאַרץ אױף װײַס דערצײלן װעגן זײַנע פּען־קאָלעגעס. קלאָר, אַז יעדער װעט עס טאָן אױף זײַן אופֿן. גיכער פֿאַר אַלץ עסײיִסטיש.

און איצט װידער צום עיקר: דאָס מאָל דערװאַרט אונדז אַ נײַער זשאַנער. אין 2004 דערשײַנט אין תּל־אָבֿיבֿ סאַנדלערס אַ היסטאָרישער ראָמאַן “װען דער גולם האָט פֿאַרמאַכט די אױגן”. די רײד גײט דאָרט װעגן אַ בלוט־בילבול, דעם מוראדיקן קעשענעװער פּאָגראָם, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין אַפּריל 1903. דאָ דאַרף אָפּגעמערקט װערן דעם שרײַבערס גוטע קענטשאַפֿט פֿון מאַטעריאַל. מיט גרונטיקן װיסן און טיפֿן פּסיכאָלאָגישן אַרײַנבליק װערט געשילדערט אַ היפּשע כאָפּטע שװאַרץ־מאהניקעס, אָנגערעגטע דורך דעם רעדאַקטאָר פֿון דער אַנטיסעמיטישער צײַטונג “בעסאַראַבעץ” פּ. קרושעװאַן און זשאַנדאַרם־אָפֿיציר לעװענדאַל.

די פּאָגראָם־ליטעראַטור איז, ווי באַקאַנט, פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט, בײַ אונדז ייִדן, געװאַקסן װי אױף הײװן. איך, אַ שטײגער, געדענק נאָך װי כ׳האָב געלײענט מינסקיס “באַלאַגערונג פֿון טולטשין” אין אַבֿרהם רײזענס איבערזעצונג און ד. פּינסקיס “פֿאַמיליע צבֿי”. דעם זעלבן קעשענעװער פּאָגראָם האָט חײם־נחמן ביאַליק באַוויינט אין זײַן פּאָעמע “אין שחיטה־שטאָט”.

די אַלט־נײַע פּאָגראָם־טעמע, ניט געקוקט אױף דעם גרעסטן פּאָגראָם, וואָס אונדזער פֿאָלק האָט איבערגעלעבט — דער חורבן, איז זי נאָך אַלץ אַקטועל און טאָר ניט פֿאַרשװיגן װערן. װי עס איז צו זען פֿון זײַן היסטאָרישן ראָמאַן, האָט עס באָריס סאַנדלער געהאַט אין זינען און גוט האָט ער געטאָן, װאָס דורך זײַן הײַנטיקן װעלט־באַנעם האָט ער אָנגעשריבן אַזאַ בוך, װי “װען דער גולם האָט פֿאַרמאַכט די אױגן”.

*   *   *

אַרומכאַפּן, באַנעמען און דערבײַ נאָך פֿאַרמעסטן זיך אָפּצושאַצן די װערט פֿון אַלץ, װאָס באָריס סאַנדלער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, קלײַב איך זיך ניט. װײַט ניט קײן גענוגנדיקע, נאָר אַ פֿאַרדינטע ביבליאָגראַפֿיע פֿון קריטיק פֿאַרמאָגט ער. פֿאַר מיר איז איבערגענוג, װאָס װי װײַט מעגלעך באַגלײט איך אים אױף זײַנע שטײַגנדיקע שריפֿטשטעלערישע טרעפּ און אַזױ האָבן מיר זיך ענדלעך דערקליבן צו זײַן דערװײַל בעסט װערק “רױטע שיכעלעך פֿאַר רײטשעל” (“פֿאָרװערטס”־אױסגאַבע, ניו־יאָרק, 2008). דאָס בוך באַשטײט פֿון דרײַ “געריכטן” — צװײ נאָװעלעס און אַ דערצײלונג. נאָך איז דאָרט פֿאַראַן מײַנע אַ הקדמה, אָנגערופֿן “אַ װאָרט פֿריִער”. זיך אַלײן ציטירן װעל איך, פֿאַרשטײט זיך, ניט. צו דעם װאָס כ׳האָב שױן אַרױסגעזאָגט װעגן דעם ספֿר, בעט זיך צוגעבן, אַז דאָ איז באַזונדער בולט אײַנצוזען װי פֿאַר די יאָרן איז דער מחבר שרײַבעריש רײַפֿער געװאָרן. דאָ איז ניט צום טרעפֿן קײן אױבנאױפֿיקע נעבן־פּערסאָנאַזשן. װאָס יאָ? נײַע אינהאַלטן — נײַע פֿאָרמען, צו װעלכע ער קלײַבט אױס דעם געהעריקן װאָרט־אױסדרוק. אין זײַן שאַפֿערישן שמעלץ־אױװן האַלט ער אױך דאָ אין אײן בינדן דעם נעכטן מיטן הײַנט.

“רױטע שיכעלעך פֿאַר רײטשעל” איז אַ רײַך־פֿאַרביקע, אַ מײַסטעריש אױסגעבױטע דערצײלונג װעגן לעבן פֿון יחידים און מען קען זאָגן, פֿון כּלל־ישׂראל. אזאַ געדאַנק קומט באַזונדער צום אױסדרוק אין דער פֿינאַל־סצענע. אַגבֿ, אין געװעב פֿון דער דיכטערישער דערצײלונג זײַנען געלונגען אײַנגעשלאָסן נאַטור־בילדער (ים, הימל, מעװעס) און אַלץ װירקט מיט, כּדי צו שאַפֿן די געהעריקע שטימונג. אַלן פֿאַלס, אַזױ מײן איך און דערפֿאַר לאָזט זיך די פּען אַזױ פֿירן.

בכלל דאַרף אָפּגעמערקט װערן, אַז סאַנדלערס ייִדיש פֿאַרמאָגט אין זיך אַלע חנען פֿון דעם בעסאַראַבער ייִדיש־לשון, װאָס איז פֿול מיט זאַפֿט. די אידיאָמאַטיק און פֿרעמדע װערטער װאָס ער נוצט אױס (כ׳װאָלט ניט געזאָגט, אַז אַזױ אָפֿט) זײַנען אָרגאַניש אײַנגעפֿלאָכטן אין זאַץ. אױב נעמען אין אַכט די צײַט און די סבֿיבֿה, האָט עס װאָס צו זאָגן.

באָריס סאַנדלער איז ניט נאָר אַן אױסגעשפּראָכענער דערצײלער, װאָס דרינגט אַרײַן אין די סאַמע טיפֿענישן פֿון דעם מענטשנס נשמה, נאָר אױך אַ דיכטער מיט אַן אײגן קול, װאָס באַטראַכט װיכטיקע פּראָבלעמען און געשעענישן. עס טרעפֿן זיך פֿעליעטאָניסטישע, װאָס רופֿן אַרױס אַ שמײכל. צו מאָל אַפֿילו בײַסיקע, צו מאָל מיט אַ מאָראַל, מיט אַן אױסטײַטש, ניט זעלטן פֿילאָסאָפֿיש באַדאַכט; און װילט איר, איז עס גלאַט אַ דיכטערישע מעשׂה, װאָס דערנענטערט זיך צו געזאַנג. אױך אין זײ איז אײַנגעהילט אַ גאַמע פֿון מחשבֿות, װאָס רופֿן צו פֿאַרטראַכטן זיך.

און אָט, דאַכט זיך, האָב איך אָנגעטראָפֿן אױף אַ געהעריקער דעפֿיניציע, װי אָנצורופֿן אַזאַ דיכטונג — פֿאַבולאַרע ליריק.

פֿאַר די אַלע שרײַבערישע מעלות און הױכער אָנערקענונג פֿאַר זײַן ליטעראַריש שאַפֿן איז באָריס סאַנדלער באַקרױנט געװאָרן מיט אַ רײ בכּבֿודיקע פּרעמיעס: דעם דוד האָפֿשטײן־ און יעקבֿ פֿיכמאַן־פּרײַזן און נאָך, נאָך ביז דער לעצטער פֿאַרטײלונג, װאָס איז פֿאָרגעקומען סוף 2010, באַקומען דעם סעגאַל־פּריז (קאַנאַדע) פֿאַרן בוך “רױטע שיכעלעך פֿאַר רײטשעל”.

כּדי צו מאַכן עס בקיצור, װעל איך צו שײן־ליטעראַטור (געמײנט זײַן פּראָזע און פּאָעזיע) זיך מער ניט אומקערן און נאָר צוגעבן, אַז אין סאַנדלערס שאַפֿערישע פּאָטענצן איז ניטאָ װאָס צו צװײפֿלען. אַבי געזונט. ניט צום פֿאַרבײַגײן איז זײַן פּובליציסטישע אַקטועלקײט און ס׳איז אפֿשר ניט װײניקער װיכטיק, װאָס אין “פֿאָרװערטס” האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַן אָרקעסטער פֿון טאַלאַנטירטע זשורנאַליסטן־פֿאַכקענער, װאָס טױגן זיך אױס אין הײַנטצײַטיקער ייִדישער צענטראַלער צײַטונג, װאָס זי איז די אײנע אַזאַ אויף דער װעלט. פֿאַרדריסלעך, נאָר אַזױ איז עס. ס׳איז אָבער אױך אַ פֿאַקט, אַז בײַ זײער אַ סך אַחינו־בני־ישׂראל איז נאָך ייִדיש־לשון אײַנגעבאַקן טיף אין האַרצן, איז גוט, װאָס “פֿאָרװערטס” האַלט אױס די פּראָבע. װי דאָס קומט זײ אָן װײסן זײ בעסער פֿאַר מיר. פֿאַר זײער איבערגעגעבנקײט דעם געדרוקטן ייִדישן װאָרט, פֿאַר זײער שאַפֿערישער עבֿודה פֿאַרדינען זײ דאַנקבאַרקײט.