Maestoso Patetico

פּרץ מאַרקיש

איך בין אויף אַן אָרעמען מאָלצײַט פֿאַררופֿן און ווייס ניט

וווּהין און צו וועמען,

עס גלעקערן גלעקער פֿון קלויסטערס מיט רויטע

צעבלוטיקטע צלמים,

אין פֿענצטער אין אַלע איז ליכטיק און אומעטום

שוימיק די שײַן איז,

עס פּאָרן זיך ווינטן — די שׂימחה וועט דאָרט זײַן,

די שׂימחה זײַן דאָ וועט,

מע דאַוונט, מע שאַלט: — למנצח לפּרץ בן דוד!

און כ’קען ניט דערגיין און איך קען ניט באַנעמען: —

וווּהין און צו וועמען…

אָ, ווינטן, אָ, ברידער,

איר ווייסט ניט, בײַ וועמען איז הײַנט אַזאַ שׂימחה?

וווּהין כ’בין פֿאַררופֿן?

איך זינג אויפֿן וועג אונטער אַלעמענס פֿענצטער

און אַלעמענס הויפֿן,

פֿאַרשפּעטיקן כ’זאָל ניט מײַן ליד אונטערוועגנס

צו דעם אָרעמען מאָלצײַט,

איר ווייסט ניט, בײַ וועמען איז הײַנט אַזאַ שׂימחה?

אָ, ס’איז אַ לוויה!  מע טראָגט זעקס און צוואַנציק

פֿאַרשניטענע יאָרן

אויף זוניקער מיטה געבונדן, ווי האַרבסטיקע סנאָפּעס אין גאַרבן,

פֿון איינעם אַן אורח, וואָס איז אויף די וועגן,

זיך פֿרעגנד אויף שׂימחות, געשטאָרבן,

מע טראָגט זעקס און צוואַנציק פֿאַרשניטענע יאָרן

מיט כּלי־זמרשע רייען,

און טאַנץ איך מיט פֿרייד נאָך מײַן אייגענער מיטה

פֿון זוניקער שׂימחה־לוויה…

אַ הפֿקר־בראָדיאַגע וועט הײַנט בײַ דיר, גאָט,

זײַן אין ליכטיקן היכל,

מע רופֿט מיך צו זון אויף מיט ערשטער עליה,

מײַן ברכה כ’זאָל מאַכן אויף איר — אויף דער תּורה פֿון אַלע פּלאַנעטן און וועלטן!

איך וויל ניט, איך וויל ניט פֿאַרשפּעטיקן, מאַמע,

כ’בין עולה לחמה…