פֿון רײַסן:  דער זיידע מיט די פֿעטערס…

משה קולבאַק

אָ, דער זיידע פֿון קאָבילניק איז אַ ייִד אַ פּשוטער,

אַ פּויער מיט אַ פּעלץ און מיט אַ האַק און מיט אַ פֿערד…

און מײַנע זעכצן פֿעטערס און מײַן טאַטע —

ייִדן פּראָסטע, ייִדן ווי די שטיקער ערד,

טרײַבן פּליטן אויף די טײַכן … שלעפּן קלעצער פֿון די וועלדער…

און דעם גאַנצן טאָג געהאָרעוועט ווי כלאָפּעס,

עסט מען וועטשערע פֿאַר נאַכט צוזאַמען פֿון איין שיסל,

און מען פֿאַלט אַנידער אין די זעכצן בעטן ווי די סנאָפּעס.

דער זיידע, אָ, דער זיידע קלעטערט קוים אַרויפֿעט אויפֿן אויוון,

ער איז דער אַלטיטשקער בײַם טיש אַנטשלאָפֿן שוין געוואָרן,

נאָר די פֿיס — זיי ווייסן, פֿירן זיי אַליין אים אָפּ צום אויוון…

דעם זיידנס גוטע פֿיס, וואָס דינען אים פֿון כּמה יאָרן…