Chaim Grade and the Chazon Ish

(a semi-biographical commentary, “Wills without Heirs)

Julio Ben Shmuel discusses the relationship between the great novelist and documenter of interwar Yiddish Vilna, Chaim Grade, and his religious mentor from those years, Avrohom Yeshaya Karelitz, author of the book Vision of Man, who became a leader of religious Jews in Jerusalem.  Shmuel covers in particlar the strains that developed between the religious world and the novelist when he chose to become a secular writer.

 

חיים גראַדע און דער
חזון איש

(אַ קאַפּיטל פֿון אַ פּסיידאָ־ביאָגראַפֿישן
חיבור “צוואָות אָן יורשים”)

אין דעם שאַרפֿן וויכּוח וואָס חיים גראַדע פֿירט מיט זיך אַליין, אין דעם דיאַלאָגישן מאָנאָלאָג, “מײַן קריג מיט הערש ראַסיינער”, געדרוקט אין יאָר 1951, קאָנפֿראָנטירט ער מיט די צוויי אַנטקעגנגעזעצטע שיטות בײַ ייִדן — ווי אַזוי אָפּצודרוקן אַ ספֿר. בײַ די פֿרומע ייִדן יראי־שמים אין 20סטן יאָרהונדערט און אין פֿריִערדיקע דורות — פֿון איין זײַט, און בײַ די וועלטלעכע ייִדן — פֿון דער צווייטער זײַט. דער מוסרניק און ראש-ישיבֿה הערש ראַסיינער טאַדלט די פּראַקטיק פֿון די וועלטלעכע מחברים אָנצוגעבן זייער אייגענעם נאָמען פֿון פֿאָרנט, אויף זייער אַ בוך; בעת אויפֿן שער־בלאַט פֿון די ייִדישע ספֿרים ווערט אַרויסגערוקט פֿון פֿאָרנט דער נאָמען פֿון בוך, און דער נאָמען פֿונעם מחבר דערשײַנט פֿון אונטן צוזאַמען מיט די קלענערע אותיות פֿון אונטערטיטל, אָדער בכלל נישט.

מיט די ווערטער בײַ אַזאַ וויכּוח, האָט גראַדע מן־הסתּם אין זינען געהאַט דעם חזון איש, צווישן אַנדערע, און דעם אופֿן, ווי אַזוי דער חזון איש האָט אָפּגעדרוקט זײַנע 23 ביכער. דער חזון־איש האָט נישט אָנגעגעבן זײַן פֿולן נאָמען, אַבֿרהם-ישעיה קאַרעליץ, ער האָט באַהאַלטן זײַן נאָמען צווישן די שורות פֿון דעם טעקסט אויפֿן שער־בלאַט, אָנגעבנדיק בלויז דעם טיטל פֿונעם בוך “חזון איש” — אי״ש: אַבֿרהם-ישעיה.

אין די כּתבֿים פֿון חיים גראַדע זײַנען פֿאַראַן בלויז צוויי מינים געשטאַלטן — זײַן מאַמע וועלע און דער חזון איש. די באַשרײַבונגען פֿון דער געשטאַלט פֿון חזון איש זײַנען בײַ חיים גראַדען פֿאַרבונדן מיט זײַנע אייגענע דערפֿאַרונגען, ווי אַ תּלמיד פֿון חזון איש אין פֿאַרלויף פֿון 7 יאָר, מיט אַ נאָענטער באַקאַנטשאַפֿט מיט זײַן רבין. דער חזון איש איז פֿאַר חיים גראַדען ווי אַ לעבעדיקע צוואה, אַ מאָדעל פֿון מענטשלעכער און ייִדישער אויפֿפֿירונג, צו וועלכער סתּם אַ מענטש קען נאָר שטרעבן זיך צו דערנענטערן. דבֿ געניכאָווסקי דערציילט, אַז ווען חיים גראַדע פֿלעגט קומען אויף אַ וויזיט אין מדינת־ישׂראל, האָט ער געזאָגט, אַז ער, גראַדע, גייט אויף אַ וויזיט קיין בני־ברק, צו זײַן חבֿר, דעם חזון איש. אין יענע יאָרן איז דער חזון איש שוין געווען פֿון לאַנג אַ שוכן־עפֿר, און גראַדע האָט זיכער געמיינט צו זאָגן, אַז ער גייט זיך מיחד זײַן אויפֿן בית־עולם אין בני־ברק מיטן אָנדענק פֿון חזון איש.

מע דערציילט, אַז ווען דער חזון איש איז געוואָרן בר־מיצווה, האָט ער באַשלאָסן שוין דאַן אָפּגעבן זײַן גאַנץ לעבן בלויז צו לערנען תּורה. ער האָט עס טאַקע געטאָן במשך פֿון זײַן לעבן און האָט זיך געסטאַרעט נישט צו פֿאַרוואַנדלען זײַן באַרוף אין אַ מקור־פּרנסה.

אין זײַן ראָמאַן “צמח אַטלאַס” ווידמעט חיים גראַדע פֿולע זײַטן די געשטאַלט פֿון חזון איש, און אַזוי האַנדלט ער אויך אין זײַנע אַנדערע שאַפֿונגען וועגן תּלמידי־חכמים אין דער ליטע. דאָס אַרויפֿלייגן אויף זיך דעם עול פֿון תּורה און מיצוות איז געווען פֿאַרן חזון איש אַ באַשלוס, וואָס ער האָט אָנגענומען פֿרײַוויליק. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדישקייט איז אַ לעבנס־סיסטעם פֿון חוקים און משפּטים, וואָס שפּאַרט זיך אָן אָן אַ צוואה פֿון די ראשונים — ס׳הייסט, משה רבנוס מתּן־תּורה אויפֿן באַרג סיני, ווי אַן איינמאָליקער אַנטפּלעקונגס־אַקט, וועלכער איז מחייבֿ די ייִדן ביזן סוף פֿון אַלע דורות; אַנדערש גערעדט, ייִדישקייט איז אַ רעליגיעזער וועלטבאַנעם, אַ “שוויאַטאָפּאָגלאָנד” אַזאַ, וואָס זײַן אָנשפּאַר איז אַ הלכישע סיסטעם.

מער ווי באַאײַנפֿלוסט פֿון דעם גײַסטיקן וועלטבאַנעם פֿון דעם חזון איש, האָט גראַדען אימפּאָנירט דער פּערזענלעכער בײַשפּיל, דער לעבנסאַרט און דער אופֿן, ווי אַזוי דער חזון איש האָט מאַטעריאַליזירט די הלכישע באַפֿעלן הלכה־למעשׂה טאָג־טעגלעך.

דבֿ סדן האָט אַמאָל געזאָגט וועגן חיים-נחמן ביאַליקן, אַז וואָלט ער נישט געהאַט געלערנט אין דער וואָלאָזשינער ישיבֿה און נישט געהאַט באַקומען אַ תּלמודישע דערציִונג, וואָלט ער מער אָדער ווייניקער געענדיקט זײַן לעבן ווי אַן אונטערוועלטניק. ענלעכס קען מען זאָגן וועגן חיים גראַדען, אָבער אַ ביסל אַנדערש.

אין דער ביאָגראַפֿיע פֿון חיים גראַדע זײַנען פֿאַראַן ביז גאָר שווערע מאָמענטן, וואָס געהערן צו דעם עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון זײַן משפּחה. זײַן מאַמע איז געווען אַ זיצערין אין מאַרק, וואָס האָט פֿאַרקויפֿט פֿאַרפֿוילטע עפּל; און זײַן קראַנקער פֿאָטער איז גאַנצענע צײַט־אָפּשניטן געווען אָן אַרבעט און נישט געוווינט צוזאַמען מיט זיי אין איין הויז. חיים גראַדע און זײַן מאַמע וועלע האָבן געוווינט אין שווערע באַדינגונגען, אין אַ הינטערשטן צימער בײַ אַ שמיד אין ווילנע, אָן פֿענצטער. דער פֿאָדערשטער צימער, מיט אַ פֿענצטער, האָט געדינט ווי אַ וואַרשטאַט, ווי די קוזניע פֿונעם שמיד. קינדווײַז האָט זיך חיים גראַדע אַרומגעדרייט אין די ווילנער גאַסן און איז למעשׂה געווען אַ גאַסן־ייִנגל.

אין דער משפּחה־געשיכטע פֿון חיים גראַדע ווערט דערמאָנט, אַז איינער פֿון זײַנע אָבֿות־אָבֿותיו איז געווען אַ סאָלדאַט בײַ נאַפּאָלעאָנען, וועלכער איז אַדורך, אָנהייב 19טן יאָרהונדערט, מיטן נאַפּאָלעאָנישן מיליטער דורך דער שטאָט ווילנע, און זײַענדיק פֿאַרוווּנדעט, איז ער דאָרט פֿאַרבליבן אויף קוראַציע. דער סוף איז געווען, אַז ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישער טאָכטער. דער משפּחה־נאָמען “גראַדע” שטאַמט פֿון דעם פֿראַנצויזישן וואָרט Gradé,
אַ וואָרט וואָס אויף ענגליש מיינט
non-commissioned officer — אַ וואָרט וואָס אויב מיר פֿאַרגלײַכן עס מיט דער מיליטערישער נאָמענקלאַטור פֿון צבא הגנה לישראל, מיינט מען איין ראַנג העכער פֿון “סמל ראשון”, אַ מין ‘מש״ק׳, אָדער מיט אַנדערע ווערטער, אַ נישט־נאָמינירטער אָפֿיציר.

ווען דער יונגער חיים גראַדע איז, מיט דער שטיצע פֿון אַ מעצענאַט, אָנגעקומען זיך לערנען אין אַ ישיבֿה, אַנשטאָט זיך אַרומצודרייען אין די ווילנער גאַסן, האָט זיך אויפֿגעעפֿנט פֿאַר אים אַ טאָפּלטער אויסוועג ווי אַ בן-תּורה. פֿון איין זײַט, האָט ער זיך געלערנט אין די ליטווישע ישיבֿות, וועלכע זײַנען געווען גלײַכצײַטיק מוסר־ישיבֿות, און פֿון דער צווייטער זײַט, האָט ער זיך געלערנט בײַ דעם חזון איש, ווי עס ווײַזט אויס, צווישן די יאָרן 1926 — 1933, אין זײַנע פֿאָרמאַציע־יאָרן, ווי אַ דערוואַקסלינג.

אויב מע באַטראַכט חיים גראַדעס שריפֿטן פֿון אַ ביאָגראַפֿישער פּערספּעקטיוו, דאַרף מען באַטאָנען, אַז ער באַשרײַבט סײַ אין זײַן פּאָעזיע און סײַ אין זײַן פּראָזע, נישט נאָר אַלע מינים ווילנער וועלטלעכע ייִדן און אינסטיטוציעס, נאָר אויך און בעיקר די ווילנער און ביאַליסטאָקער תּלמידי־חכמים; און בכלל, די בני־תּורה, זייערע רבנים און דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן אין די מוסר־ישיבֿות מיט זייערע טיפּן, אַרט לעבן, ווי אויך די צענטראַלע געשטאַלטן מיט זייערע קאָנפֿליקטן, אַנגסטן, דאגות, און באַדרענגענישן, צוזאַמען מיט זייער אָנפֿירערשאַפֿט.

חיים גראַדע האָט אויף אַזוי פֿיל מצליח געווען מיט זײַנע באַשרײַבונגען פֿון אָט דער אייגנאַרטיקער גײַסטיקער וועלט פֿון ליטווישן ייִדנטום וואָס איז אומגעבראַכט געוואָרן, און דאָך, לעבט זי ווײַטער אין זײַנע ייִדישע כּתבֿים, אַז ווען הרבֿ דבֿ כּ״ץ איז צוגעטראָטן אָנצושרײַבן זײַן מאָנומענטאַל ווערק וועגן דער מוסר־באַוועגונג אין פֿינף בענדער, האָט ער געבראַכט פֿראַגמענטן פֿון חיים גראַדעס פּאָעמע “מוסרניקעס”, אינעם קאַפּיטל וועגן ר׳ יוסף-יודל הורביץ, וועמענס שיטה איז געווען די שטרענגסטע אין דער גאַנצער מוסר־באַוועגונג. “מוסרניקעס” איז אַ פּאָעמע, וואָס באַשרײַבט פֿון אינעווייניק די מאָמענטן פֿונעם דיכטערס לעבן, וועלכע ער אַליין האָט איבערגעפּאָקט און איבערגעמאָזלט, ווי אַ ישיבֿה־בחור אין די ליטווישע מוסר־ישיבֿות, וואָס האָבן זיך געפֿירט לויט דער נאָוואַרעדאָקער שיטה פֿון יוסף-יודל הורביץ.

הרבֿ דבֿ כּ״ץ האָט דאָ אויפֿגעטאָן אַ זאַך כּמעט אָן אַ פּרעצעדענט — אַרײַנגעשטעלט אין אַ פֿרומען בוך וועגן דער מוסר־באַוועגונג טיילן פֿון אַ פּאָעמע, געשאַפֿן פֿון אַ מחבר, וואָס איז געוואָרן אין זײַן לעבן אַן “איבערגעקערט שלעסל”. אָט דער אויסנעמיקער פֿאַקט זאָגט עדות וועגן דעם סוגעסטיוון כּוח פֿון חיים גראַדעס פּאָעזיע און וועגן דעם קינסטלערישן אמת פֿון זײַן שרײַבן, אַפֿילו פֿאַר די וואָס ער האָט זיי פֿאַרלאָזט. אָבער דאָך, שטעקט אין דעם אַ סירכא: הרבֿ דבֿ כּ״ץ דרוקט פֿראַגמענטן פֿון חיים גראַדעס פּאָעמע, אָבער ער צענזורירט זיי, אַרויסלאָזנדיק יענע שטעלן, וואָס פּאַסן זיך נישט צו צום פֿרומען וועלטבאַנעם.

די עקסטרעמע פּאָלאַריזאַציע פֿון וועלט־אָנשויונגען, איז אַ כאַראַקטעריסטישע אייגנשאַפֿט בײַ ייִדן אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט. גאַנצע מחנות ייִדן לעבן אויס זייער לעבן, קוקנדיק אויף דער וועלט דורך באַשטימטע איינזײַטיקע שפּאַקולן פֿון פֿאַרשיידענע סאָרטן. אין קעגנזאַץ צו אַזאַ פֿאַרשפּרייטן פֿענאָמען, זעט עס אויס אַנדערש בײַ ייִדישע שרײַבער ווי חיים גראַדע, יוסף טונקל (דער טונקעלער), אַהרן צייטלין און מרדכי שטריגלער, וועלכע האָבן זוכה געווען צו לעבן און איבערלעבן די ייִדישע ווירקלעכקייט פֿון זייער צײַט מיט אַלע אירע פֿאַרבן און שטייגער־לעבן — אַ מאָל, ווי מיטגלידער פֿון דער פֿרומער הלכה־וועלט, און אַ מאָל, ווי מאָדערנע ייִדן אין אַ וועלטלעכער וועלט. די שרײַבער צייכענען זיך אויס מיט דעם, וואָס זיי זײַנען מסוגל אויפֿצולעבן אין זייערע ליטעראַרישע שאַפֿונגען אַ פֿולקומע ייִדישע רעאַלע וועלט מיט אַלע אירע פּיטשעווקעס, לענג־אויס דעם פֿולן קאָלירטן רעגנבויגן פֿון דער גײַסטיקער רעאַליטעט בײַ ייִדן אין די לעצטע הונדערט יאָר.

חיים גראַדעס שריפֿטן, ווי אויך די ייִדישע שריפֿטן פֿון אַנדערע ייִדישע שרײַבער, זײַנען אָן שום ספֿק אַ גלענצנדיקער רוי־מאַטעריאַל פֿאַר פֿילם־קינסטלער, וועלכע פֿאַרנעמען זיך הײַנט מיט אַנימאַציע; אָבער דאָס איז אַ טעמע פֿאַר זיך, וואָס דאַרף באַהאַנדלט ווערן באריכות בעת אַן אַנדער געלעגנהייט. אויך וועגן דעם צוזאַמענלעבן פֿון חיים גראַדען מיט דעם חזון איש, זײַן רבין, קען מען דרייען אַ גאַנצן פֿילם, וואָס זאָל מאַטעריאַליזירן דעם סוגעסטיוון כּוח פֿון חיים גראַדעס שרײַבן און זײַנע גוואַלדיקע דערגרייכונגען ווי אַ באַשרײַבער פֿון ליטווישן ייִדנטום, וואָס איז שוין מער נישטאָ.

מיט אַזאַ צוועק האָב איך באַשלאָסן אָנהייב די 1980ער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט דורכצופֿירן אַ טיפֿערע אויספֿאָרשונג וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן חיים גראַדע און דעם חזון איש. איך האָב זיך אַרויסגעהאָלפֿן מיטן פֿאַקט, אַז אַ שוועסטערקינד פֿון מײַן מוטער, ר׳ יצחק שוואַרץ, האָט חתונה געהאַט מיט חיה (חײַקע), אַ שוועסטערקינד פֿון חזון איש, ווי אויך מיטן פֿאַקט אַז ר׳ יצחקס ברודער, ר׳ אַבֿרהם שוואַרץ, און זײַן פֿרוי בת־שבֿע, זײַנען געווען פֿאַר מיר ווי אַ נאָענטע משפּחה, גלײַך נאָך מײַן עולה זײַן אין ישׂראל. בײַ זיי בין איך געווען אַ שטענדיקער גאַסט אין זייער הויז אין בני־ברק און אין פּתּח־תּקווה, און זיך אָנגעהערט מעשׂיות בײַם שבתדיקן טיש צווישן די זמירות און דעם בענטשן מיט אַ מזומן.

איך האָב באַשלאָסן טאָן אַ טוּונג, און זיך טרעפֿן מיט הרבֿ שמריהו יוסף ניסים קאַרעליץ, טאַנטע באַשעס זון, די שוועסטער פֿון חזון איש. איך האָב געלאָזט אין פֿולן גאַנג דעם משפּחה־טעלעגראַף, און הרבֿ ניסים קאַרעליץ האָט באַוויליקט זיך צו טרעפֿן מיט מיר אין זײַן שטאָט בני־ברק, אין דער שיל, וווּ ער דאַוונט נאָך מינחה.

אין יענע יאָרן, אין דער ערשטער העלפֿט פֿון די 1980קער יאָרן, איז הרבֿ ניסים קאַרעליץ געשטאַנען בראש פֿון אַ בית־דין, וואָס פּסקנט איבער געלט־ענינים (דיני ממונות). ער איז פֿאַררעכנט געווען פֿאַר איינעם פֿון די “גדולי-התּורה” אין לאַנד, און איך האָב זיך געפֿרייט, וואָס ער איז מסכּים זיך צו טרעפֿן מיט מיר. כ׳האָב אָנגעטאָן אַ יאַרמלקע, גענומען די טעקע און זיך געלאָזן אין וועג קיין בני־ברק.

אין מײַן דמיון האָב איך זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז איך פֿאָר צו אַ נישט־געוויינטלעכער טרעפֿונג מיט אַן אומזיכערן אויסלאָז, און נישט גענוג צוגעגרייט פֿאַר אַזאַ גורלדיקן פּנים־אל־פּנים. אין מײַן פֿאַנטאַזיע האָב איך זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז איך בין ענלעך צו יענעם דאָרפֿישן בחור, וואָס מען איז משדך מיט אַ שטאָטישער משׂכּילישער בתולה. דער שדכן פּרוּווט באַרויִקן דעם דאָרפֿישן בחור, ער זאָל נישט מורא האָבן פֿאַר דער משׂכּילישער שטאָטישער בתולה, און ער באַוואָפֿנט אים מיט פּראָוויאַנט (צידה לדרך), ווי אַזוי צו האַנדלען בעת זײַן טרעפֿונג מיט דער בתולה. ער זאָגט אים: האָב נישט קיין יסורים און קיין חשש, אַז אין מיטן פֿון דער טרעפֿונג וועסטו בלײַבן שטיין ווי אַ שטומע לעלע און נישט וויסן ווײַטער וואָס צו זאָגן דעם מיידל. איך וועל דיר געבן אַן עצה, ווי אַזוי מצליח צו זײַן. וועגן דרײַ טעמעס מוזסטו רעדן, כּסדר, ווי איך וועל דיר איצט זאָגן. און אַזוי זאָלסטו האַנדלען, ווי נאָר דו וועסט דערפֿילן, אַז דער געשפּרעך צווישן אײַך פֿאַרהאַקט זיך און ס׳ווערט שטיל: נאָכן אַרײַנקומען אין הויז, און נאָך די אָנגענומענע ברכות און ווינטשעוואַניעס, זאָלסטו אָנהייבן רעדן וועגן משפּחה־ענינים, כּדי מקרבֿ זײַן די הערצער. קוק זיך אַרום אויף וויפֿל דער שמועס אַנטוויקלט זיך, און אַז דו וועסט פֿילן, אַז די טעמע האַלט זיך בײַם אויסשעפּן, זאָלסטו גלײַך צוגיין צו אַ תּכלית און רעדן וועגן ליבע־ענינים. ווען דער שמועס וועגן אָט דער טעמע וועט קומען צו אַן ענדע, זאָלסטו אַריבערגיין צו אַ דריטער טעמע, און רעדן וועגן פֿילאָסאָפֿיע.

אויך איך, פֿאָרנדיק אין אויטאָבוס קיין בני־ברק, האָב געפּלאַנעוועט נאָכגיין די עצות פֿונעם “שדכן”, און באַשלאָסן בײַ זיך, אַז אָנהייבן צו רעדן וועל איך וועגן משפּחה־ענינים און ברענגען אַ גרוס פֿון בת־שבֿע שוואַרץ.

נאָך דעם האָב איך געקלערט, אַז עס וועלן זיך פֿאַרענדיקן די משפּחה־ענינים, וועל איך אַריבערגיין אויף אַן אַנדער מדרגה, און רעדן וועגן מײַן ליבע צום לימוד און פֿאַרטיפֿונג אין די כּתבֿים פֿון חזון איש, וועגן וועלכן איך האָב נאָך אין אַרגענטינע געהערט רעדן אין אונדזער משפּחה, און אַפֿילו געלייענט זײַנע בריוו, דער עיקר, די צוויי בריוו צו חיים גראַדע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. ווײַטער האָב איך זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז ווען עס וועט אויסגיין אָט דער צווייטער עטאַפּ פֿון שמועס מיט הרבֿ ניסים קאַרעליץ, וועל איך, סוף־כּל־סוף אַריבערגיין רעדן וועגן דעם צוועק פֿון מײַן באַזוך, אָבער אַנשטאָט פֿילאָסאָפֿיע, וועל איך זיך אַ פֿרעג טאָן בײַם ישׂראלדיקן רבֿ וועגן ביאָגראַפֿישע פּרטים און די פֿאַרבינדונגען צווישן חיים גראַדע און דעם חזון איש.

באַוואָפֿנט מיט אַזאַ פֿולקומען פּלאַן, וואָס פֿאַרזיכערט הצלחה, בין איך אַראָפּגעשטיגן פֿון אויטאָבוס אין בני־ברק און זיך געכאַפּט, אַז איך האַלט בײַם פֿאַרשפּעטיקן. כ׳האָב זיך געאײַלט אין שול, וווּ הרבֿ ניסים קאַרעליץ דאַוונט, און איך בין אָנגעקומען אַ פּאָר מינוט נאָך דעם ווי ער איז אַוועק. כ׳האָב זיך נישט געפֿוילט און זיך דערוווּסט בײַ אַ פּאָר מתפּללים וואָס זײַנען נאָך געבליבן, וווּ דער רבֿ וווינט און אַהין בין איך אַוועק. געפּלעפֿט בין איך געבליבן, שטייענדיק פֿאַר זײַן הויז. איך האָב געזען אַן אַלטן בנין וואָס צעפֿאַלט זיך, אָפּגעלאָזן און נעבעכדיק. איך בין אַרויף אויף די טרעפּ פֿון ערשטן שטאָק און מײַן פֿאַרוווּנדערונג איז געשטיגן נאָך העכער — די טיר פֿון זײַן וווינונג האָט נישט געהאַט קיין שלאָס, נאָר פֿאַרמאַכט איז זי געווען פֿון דרויסן מיט אַ האַטשיק, און דאָס איז געווען דער גאַנצער “ריגל” וואָס האָט פֿאַרמאַכט די טיר פֿון דרויסן. מע גיט אַ הייב דעם שטיקל אײַזן פֿון האַטשיק און די טיר בלײַבט אָפֿן.

אַזוי ווי איך שטײַג ארויף אויף די טרעפּ און באַוווּנדער אַזאַ מין פֿאַרמאַכטע טיר, הער איך טריט הינטער מיר און הרבֿ ניסים קאַרעליץ לאַדט מיך אײַן אין שטוב אַרײַן. אין יענעם טאָג האָב איך געשפּרײַזט פֿון איין סורפּריז צו אַן אַנדערן. אינעם אייבערשטן צימער האָב איך געזען אַ טיש, צוויי בענקלעך און אַ בעט אין אַ זײַט, אויף וועלכער עס ליגט טאַנטע באַשע, די שוועסטער פֿון חזון איש און הרבֿ קאַרעליצעס מוטער, 90 יאָר אַלט.

מיט אַ ליכטיקן פּנים און אָן קיין שום צערעמאָניעס האָט ער מיר פֿאַרבעטן זיצן, און אונדזער באַגעגעניש האָט זיך אָנגעהויבן. כ׳האָב אַוועקגעשטעלט מײַן שווערע טעקע אויפֿן דיל און מיט אַ תּפֿילה אין האַרצן, האָב איך געהאָפֿט, אַז די טרעפֿונג זאָל האָבן אַ גוטן סוף, נישט ווי בײַם דאָרפֿישן בחור מיט דער משׂכּילישער שטאָטישער בתולה. פֿון יענער מעשׂה האָט זיך אויסגעלאָזן אַ קאַלוזשע און קיין שידוך איז נישט געוואָרן. דער דאָרפֿישער בחור האָט זיך טאַקע געהאַלטן בײַ די אָנווײַזונגען פֿונעם שדכן, און זיי דורכגעפֿירט כּסדר ווי מע האָט אים געלערנט, אָבער ווי עס זעט אויס, האָט זיך נאָך דעם דריטן פּרוּוו מצד דעם דאָרפֿישן בחור, אַראָפּגעלאָזן אַ שטומעניש אויף אים און אויף דער משׂכּילישער שטאָטישער בתולה, און קיינער פֿון זיי ביידע האָט זיך מער נישט געקענט פֿון דעם אַרויסרײַסן. דער דאָרפֿישער בחור האָט טאַקע אָנגעהויבן רעדן וועגן משפּחה־ענינים מיטן מיידל, און האָט איר אַ פֿרעג געטאָן: “צי האָט איר אַ ברודער?” דאָס מיידל האָט געענטפֿערט, אַז “ניין”, און אײַנגענומען אַ שטומעניש. דער דאָרפֿישער בחור האָט אײַנגעזען, אַז דער שמועס וועגן משפּחה־ענינים האָט זיך געענדיקט, איז ער אַריבער צום צווייטן פּרק און האָט אָנגעהויבן רעדן וועגן ליבע־ענינים. ער האָט געפֿרעגט די בתולה: “צי האָט איר ליב לאָקשן?”, און ווײַטער האָט די בתולה אים געענטפֿערט — “ניין”, און ס׳האָט אײַנגענומען אַ שטומעניש. דער דאָרפֿישער בחור האָט געהאַט אַ געפֿיל, אַז דער צווייטער קאַפּיטל פֿון שמועס האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז ער אַריבער רעדן וועגן פֿילאָסאָפֿיע. ער האָט געפֿרעגט: “וואָלט איר געהאַט אַ ברודער, וואָלט ער ליב געהאַט לאָקשן?”

כ׳האָב אָנגעהויבן דעם שמועס מיט
הרבֿ ניסים קאַרעליץ מיט משפּחה־ענינים. איך האָב אים איבערגעגעבן אַ גרוס פֿון בת־שבֿע שוואַרץ, און איך האָב דערמאָנט ר׳ יצחק שוואַרץ, וואָס פֿלעגט אַרײַן און אַרויס בײַם חזון איש, ווי איינער פֿון זײַנע מקורבֿים; און איך האָב אויך דערציילט וועגן חײַקען, ר׳ יצחק שוואַרצעס ווײַב, וועלכע איז געווען אַ שאַרפֿזיניקע פֿרוי, אַ מכניס־אורחטע, וועמענס הויז איך האָב אָפֿט באַזוכט. ר׳ יצחק שוואַרץ פֿלעגט מיר דערציילן וועגן ר׳ ירוחם, דער לעגענדאַרער משגיח פֿון דער מירער ישיבֿה. נאָך דעם ווי איך האָב געענדיקט דערציילן וועגן משפּחה־ענינים, בין איך אַרויף איין מדרגה העכער און אָנגעהויבן ריידן וועגן ליבע־ענינים און לערנען בכלל, און וועגן מײַן נײַגער וואָס איז פֿאַרבונדן מיט די כּתבֿים פֿון חזון איש.

איך האָב זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ ר׳ ניסים קאַרעליץ, וווּ קען מען קריגן די כּתבֿים פֿון חזון איש, זײַנע בריוו און ביכער וועגן אים. הרבֿ ניסים קאַרעליץ האָט מיר גערן געענטפֿערט און אויספֿירלעך דערקלערט, ווי אַזוי און דורך וועמען זײַנען דערשינען אין דרוק די בריוו פֿון חזון איש און וווּ קען מען זיי באַשטעלן. דער שמועס האָט זיך געשיפֿט אויף שטיל פֿליסנדיקע וואַסערן.

טאַנטע באַשע האָט זיך נישט באַטייליקט אין אונדזער געשפּרעך און מיר דאַכט זיך, אַז זי האָט געדרימלט. אַז מיר האָבן פֿאַרענדיקט צו שמועסן וועגן ליבע־ענינים פֿאַרבונדן מיט לערנען און מיט די כּתבֿים פֿון חזון איש, בין איך צוגעגאַנגען צו דער דריטער טעמע וואָס צוליב איר האָב איך געבעטן זיך טרעפֿן מיט הרבֿ ניסים קאַרעליץ. מיט דער גרעסטער פֿאָרזיכטיקייט האָב איך געפּרוּווט אים דערקלערן דעם קאָנטעקסט פֿון מײַן פֿאַרלאַנג. איך האָב אים דערציילט, אַז איך בין אַ לערער אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט און אינטערעסיר זיך מיט די בני־תּורה, וואָס האָבן זיך געלערנט אין מוסר־ישיבֿות צווישן ביידע וועלט־מלחמות, און אין פֿאַרבינדונג מיט דעם, אויך מיט חיים גראַדע, דעם שרײַבער וואָס שרײַבט אויף ייִדיש.

איך האָב אים דערקלערט, אַז איך גרייט זיך צו לערנען מיט מײַנע תּלמידים חיים גראַדעס שריפֿטן אויפֿן הינטערגרונט פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע. ווײַל עס איז באַוווּסט, אַז חיים גראַדע איז געווען אַ תּלמיד פֿון חזון איש, בין איך געקומען צו הרבֿ ניסים קאַרעליץ זיך נאָכפֿרעגן וועגן חיים גראַדעס ביִאָגראַפֿיע. הרבֿ ניסים קאַרעליץ האָט זיך צוגעהערט צו מײַנע ווערטער מיט אַ גוטמוטיקן שמייכל אויף זײַנע ליפּן. און אָט דער זעלבער מענטש, וועלכער האָט אַ מינוט פֿריִער אַזוי העפֿלעך געשמועסט מיט מיר, און געענטפֿערט אויף אַלע מײַנע פֿראַגעס און אַנטקעגנגעקומען אַלע מײַנע פֿאַרלאַנגען אין משפּחה־ענינים און ליבע־ענינים, האָט געשוויגן אַ לאַנגע ווײַלע מיט אַ פֿאַרשלאָסענעם מויל, און האָט קיין וואָרט נישט אַרויסגערעדט; ער האָט צעשפּרייט זײַנע הענט אין ביידע זײַטן, אַ שמייכל געטאָן און איז פֿאַרשטומט געוואָרן.

האַלב דערשטוינט האָב איך גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז איך באַקום דאָ אַ לעקציע ווי אַזוי אַרום זיך אָפּהאַלטן פֿון לשון־הרע. עס שטייט געשריבן: “נצור לשונך מרע ושפתיך מדבר מרמה” (תהילים ל״ד, 14), אויף ייִדיש: האַלט אָפּ דײַן צונג פֿון שלעכטס און דײַנע לעפֿצן פֿון קרומע רייד — מע טאָר נישט באַרעדן אַן אָפּטריניקן, אַפֿילו ווען מע זאָגט וועגן אים אַן אמת. איך בין אויפֿגעשטאַנען, כ׳האָב זיך געזעגנט האַרציק און בין צוריקגעפֿאָרן קיין ירושלים.

כ׳האָב איבערגעלייענט פֿינף בענדער פֿון דער ביאָגראַפֿיע וואָס הרבֿ שלמה כּהן האָט רעדאַגירט, וועגן חזון איש. דאָס בוך איז דערשינען אין פֿאַרלאַג “נצח” צווישן די יאָרן 1966—1973. דאָרט האָב איך געפֿונען ביז גאָר אינטערעסאַנטע שטעלן וועגן חיים גראַדע, דער תּלמיד פֿון חזון איש, וואָס האָט פֿאַרלאָזט דעם עולם־התּורה. דאָרט ווערט דערציילט וועגן חזון איש און וועגן דעם אָרט וואָס ער פֿאַרנעמט אין חיים גראַדעס לעבן און שאַפֿן. מיר האָבן דאָרט געזען, לויט די פֿראַגמענטן אויף העברעיִש אין בוך פֿון הרבֿ שלמה כּהן וועגן חזון איש, אַז חיים גראַדע ווערט דערמאָנט נאָר בדרך רמז, נישט אָנגעבנדיק זײַן משפּחה־נאָמען, אין אַ לאַנגן פּאַראַגראַף, וואָס באַציט זיך צו יענע תּלמידים פֿון חזון איש וועלכע ווערן כאַראַקטעריזירט ווי “חלושי אופי” (שלאַפֿע כאַראַקטערן), חיים גראַדע ווערט דערמאָנט בלויז ווי חיים, און זײַן פֿולער נאָמען, חיים גראַדע, דערשײַנט נאָר אין צוויי ביבליאָגראַפֿישע הערות, וווּ עס ווערן דערמאָנט ביכער, געשריבן פֿון אַנדערע שרײַבער.

די פֿאַרערונג פֿון חזון איש כּלפּי דעם חפֿץ־חיים מיט זײַן איבערגעגעבנקייט צום ענין שמירת־הלשון, און דאָס אַוועקשטעלן אַ דיסטאַנץ פֿון אַ האַלבער דערמאָנונג, בלויז פֿון חיים גראַדעס פּרט־נאָמען, מצד די נאָענטסטע פֿון חזון איש און פֿון זײַן משפּחה — דאָס אַלץ דינט מיר ווי אַן אויפֿקלערונג פֿון הרבֿ ניסים קאַרעליצעס באַציִונג בשתּיקה צו חיים גראַדע, בעת אונדזער באַגעגעניש אין בני־ברק.

ווי געזאָגט, האָט דער חזון איש באַשלאָסן אין עלטער פֿון 13 יאָר זיך אָפּצוגעבן זײַן גאַנץ לעבן מיט לערנען תּורה. פֿאַר אים בלײַבט די תּורה, צוזאַמען מיט דער גאַנצער קייט פּירושים אירער, די עכטע צוואה פֿון ייִדישקייט. אַ ייִד, וואָס זאָגט זיך אָפּ צו זײַן צווישן די יורשים פֿון אָט דער צוואה, דאַרף מען אים מקרבֿ זײַן און מע טאָר זיך נישט מייאש זײַן. כּדי צו מקיים זײַן אָט די צוואה און זײַן ראָוי צו ווערן איינער פֿון די יורשים, האָט זיך דער חזון איש געשטיצט אויפֿן כּלל: “אהוב את המלאכה ושנא את הרבנות ואל תתוודע לרשות” (פרקי אבות, א, י) — האָב ליב די מלאָכה און פֿײַנט די רבנות, און דערווײַטער זיך פֿון דער מאַכט (פֿון נאַטשאַלסטווע).

במשך פֿון זײַן גאַנץ לעבן האָט ער זיך באַמיט נישט אָנצונעמען קיין שום באַצאָלטן פּאָסטן. דער חזון איש האָט מאַטעריאַליזירט בעת זײַן לעבן אַן אייגנאַרטיקן פּירוש צו אָט דעם אַרויסזאָג פֿון אונדזערע חכמים, ער האָט ליב געהאַט די מלאָכה פֿון אַ רבֿ, אָבער ער האָט זיך דערווײַטערט פֿון רבנות און פֿון דער מאַכט. נאָר אין אַן עת־צרה און בלית־ברירה האָט ער גענומען אויף זיך די רבנישע פֿונקציע אומזיסט, נישט באַצאָלטערהייט, אפֿשר לויטן כּלל: “במקום שאין איש איז אויך אַ הערינג אַ פֿיש”. דאָס איז געשען בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען מיטן אויסברוך פֿון דער מלחמה האָט די משפּחה פֿון חזון איש אַוועקגעוואַנדערט קיין ווײַסרוסלאַנד און זיך באַזעצט אינעם גרענעץ־שטעטל סטויבץ, דאָס וווין־ און געבורטס־אָרט פֿון באָבע חווה־לאה, מײַן מאַמעס מאַמע. דאָרט איז דער חזון איש אָפּגעזעסן אַ לענגערע צײַט און געלערנט תּורה ביחידות. פּרנסה האָט זײַן משפּחה געהאַט פֿון אַ שניטקראָם וואָס בתיה, זײַן פֿרוי, האָט געפֿירט.

אין סטויבץ האָט זיך דער חזון איש אַנטפּלעקט ברשות־הרבים צוליב אַזאַ מין סיבה: ווען דער שטאָט־רבֿ איז פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שטאָט דורך דער רוסישער מאַכט, האָט דער רבֿ, ר׳ יואל סאָראָצקין, פֿאַרבעטן דעם חזון איש צו אַמטירן ווי דער סטויבצער שטאָט־רבֿ אויף זײַן אָרט. דער חזון איש האָט אָנגענומען דעם פֿאָרשלאָג, אָבער נישט גענומען קיין שׂכירות. בעת זײַן אָפּריכטן גלות אין סטויבץ, האָט זיך דער חזון איש געפֿירט ווי אַ תּלמיד־חכם אַ ניסתּר, און ווען דער עולם פֿלעגט זיך אָנפֿרעגן בײַ אים, ווער ער איז, פֿלעגט דער חזון איש זיך פֿאָרשטעלן עלעהיי ער איז אַ קרעמער. ווען דער חזון איש פֿלעגט קומען אין שניטקראָם אַרויסהעלפֿן זײַן ווײַב, אין יענע שווערע מלחמה־יאָרן, האָט ער באַדינט די קונים ווי עס וואָלט אויף דער וועלט גאָר קיין מלחמה נישט געווען, און ער איז מקפּיד געווען אויף אַ ריכטיקער מאָס און וואָג.

חיים גראַדע, וואָס האָט געקענט דעם חזון איש פֿון דער נאָענט, באַשרײַבט אַזעלכע אומשטענדן אין זײַן ראָמאַן “צמח אַטלאַס”, און ברענגט רירנדיקע שילדערונגען פֿון אַרט לעבן און האַנדלען פֿון חזון איש, ווי אַ זעלטענע געשטאַלט. אָט די שטעלן אין ראָמאַן “צמח אַטלאַס” זאָגן עדות וועגן חיים גראַדעס פֿאַרערונג פֿון חזון איש. גראַדע זעט אין דעם חזון איש אַ לעבעדיקן בײַשפּיל פֿון אַ לעבן וואָס איז כּולו תּורה.

ווי דערמאָנט, האָט דער חזון איש געוואָלט, אַז חיים גראַדע זאָל גיין לערנען אין דער מירער ישיבֿה, נישט ווײַט פֿון סטויבץ, צי אין דער ישיבֿה אין ראַדין. אָבער חיים גראַדע האָט פֿאַרלאָזן די ישיבֿה־וועלט און איז געוואָרן אַ ייִדישער שרײַבער, דער נאַציאָנאַלער ייִדישער שרײַבער בײַם ייִדישן פֿאָלק, אַ מין פּאַראַלעלע דערשײַנונג פֿאַרגליכן מיט חיים-נחמן ביאַליק, דער נאַציאָנאַלער העברעיִשער שרײַבער בײַ ייִדן, ווי דבֿ סדן האָט עס באַטאָנט.